שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]
95
אַ פולע וואָס צו ריידן, עס איז איינע פון די וויכטיגסטע טיילן אין דעם דברי ימי החסידות, אָבער ניט דאָ איז די מעגלעכקייט דאָס גענוי אַרומריידן.
די תקופה האָט בעזונדער חשיבות'דיקע מאָמענטען, אַז אויך אין דעם דברי הימים און תולדות החסידות איז דאָס קובע מקום לעצמו, נאָר צוליב דעם ענין וואָס מי רעדט איצטער, וועט מען קורץ בערירן אייניגע פרטים פון דער תקופה.
ווינטער תער"ב איז דער טאַטע גיווען אין מענטאָןלט. פאַר די ערשטע עטליכע וואָכען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט אין מענטאָן, האָט ער זיך גוט אויסגירוהט, און זיין גיזונד צושטאַנד האָט זיך בעדייטענד פאַרבעסערט.
בעגלייטענדיק דעם טאַטען אין דער נסיעה, פון ליובאַוויטש ביז וואַרשא, האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, אַז ער האָפט, זייענדיג אין מענטאָן וועט ער האָבען די גענוגנדע צייט אויף אַרומטראַכטען אַ טיפען נייעם ענין אין חסידותמ.
די גאַנצע חסידות'ע משכיל'שע וועלט האָט דעם טאַטען בעצייכנט אַלעס דעם גאון אין השכלה פון חסידות.
החסיד מורי הרשב"ץ נ"עמא האָט גירופען דעם טאַטען, דער רמב"ם פון חסידותמב, וויילע יעדער ענין איז באַ דעם טאַטען אַ הלכה קבועה ומסודרה מיט דעם גאַנצען הסבר פון דעם ענין, דבר דבר על אופנו.
יעדער איינצלטער מאמר חסידות איז באַ דעם טאַטען אַ מעין פון ים החכמה, אַ מסכת שלמה.
זומער תרנ"ח זייענדיג אין דאַטשע באָליווקע פלעג איך פון דעם טאַטנס פאַרטראַכטקייט זיין איבערראַשט.
יעמאָלט פלעגט דער טאַטע אָפט בלייבן זיצן אין גאָרטן, פערטיפט אין מחשבות אייניגע שעות.
ווי ער האָט מיר נאָכדעם דערציילט, איז יעמאָלט בשעת ער איז גיזעסן אין גאָרטן האָט ער אַרומגיטראַכט דעם מאמר, יום טוב של ראש השנה מיט אַלע
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-wt4k0947
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.