עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

94

חסידות זאָגט דער טאַטעלו עס איז דאָ אַ מאמר העולם, ווען מען דערמאָנט דעם, וועלכער איז שוין אויפן עולם האמת, אַ ליכטיקן גן עדן זאָל ער האָבען.

אַ ליכטיקן גן עדן — האָט געזאָגט דער טאַטע — זאָל דער רבילז האָבען, וואָס ער האָט אונז געעפענט די אויגן און ליכטיג געמאַכט אין די קעפּ און אין די הערצער מיט דער התגלות תורת החסידות.

הערענדיג די עטליכע ווערטער, וועלכע דער טאַטע האָט געזאָגט מיט אַזאַ הייליגע פנימיות'דיקע התלהבות, האָט זיך מיר יעמאָלט דערמאָנט דער מדרש אין שיר השירים פרשה ה' אויף דעם פסוק*37 באתי לגני וואָס ער זאָגט דאָרטען אין דעם ענין פון גילוי שכינה למטה דורך די זיבען צדיקים, זיבען דורות, אברהם יצחק יעקב לוי קהת עמרם ומשה.

אונז איז ב"ה גוט, די זיבען דורות, די זיבען נשיאי עולם פון מורנו הבעש"ט ביז דעם טאַטען ועד בכלל, האָבען אונז געעפענט די שערי ההיכלות פון חב"ד, יעדער רבי אין זיין דור, און דער טאַטע מיט זיינע פינף און פערציג יאָר יגיעה אין חסידות האָבען אונז געגעבען די בעסטע ערקלערונג אויף די טיפסטע ענינים פון השכלה.

דער טאַטע אַלט זייענדיק קנאַפּע ניינצן יאָר, האָט אויף צו פאַרשטיין דעם ענין פון שכל עצמי, אין דער מדרגה השלישית אמת לאמתו, געהאָרעוועט מיט בלוטיגע שווייס — מיט אַזאַ נוסח האָט ער מיר געזאָגט — אָבער די שווערע בלוטיגע יגיעה האָט גיבראַכט דעם תועלת הנרצה אין בערך דרייסיג יאָר אַרום — זומער תרס"ח אין מאַריענבאַדלח — רעדט ער מיט מיר — גייענדיג שפּאַצירען — אין דעם זעלבען ענין פון שכל עצמי מיט ברייטען הסבר און ביאור ווי אין גאָר אַ ענין מוחשי, ווייל דורך דער צייט איז ב"ה תורת החסידות נתבאר ונתרחב גיוואָרען מיט ביאורים והסברים ארוכים אין יעדער ענין.

פון יענער צייט — תרל"ט תר"מ בערך — איז דורכגעגאַנגען מעהר פון פופציג יאָהר, אין דעם יובל איז, תהלה לאל, תורת החסידות נתבאר ונתרחב געוואָרען, אַז עס גיט אונז די מעגליכקייט, אַז מיר זאָלען דאָס אויך קענען פאַרשטיין.

יא. די פערציג יאָהריקע תקופה פון תר"מ ביז תר"פ איז פאַראייביגט אין דער חסידות'ער וועלט אַלעס איינע פון די הצלחה'דיקע תקופות אין התרחבות תורת החסידות.

איבער דער תקופה איז פאַראַן זייער

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-a44r3fjs

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources