Letter 5475
כ"ב אייר, תשי"ז · ברוקלין.
איך בין געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף, אין וועלכען דו שרייבסט אויך וועגען דיין הנהגה, און בפרט די הנהגה בנוגע צום עסען, און אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט בריאות הגוף, זאגט אן תורתנו הקדושה תורת אלקים חיים, אז מען דארף אויספאלגען אלץ וואס דער דאקטאר זאגט, שהתורה נתנה רשות לרופא, און ער איז ניט מער ווי א שליח. פארשטענדליך אז מען קען זאגען דעם דאקטאר די טענות און סברות וועלכע זיינען פראן אין דעם, און אויך די סברא וועלכע דו שרייבסט צו מיר, אבער נאכדעם ווי דער דאקטאר הערט אויס די סברות, דארפמען אויספאלגען זיינע אנווייזונגען, אן אונטערשייד אויב זיי שטימען מיט דיינע סברות אדער ניט, וואס ווי געזאגט אויבען אז דער דאקטאר איז ניט מער ווי א שליח וועלכער טוט דאס מיט דעם כח און רשות וואס תורה האט עם געגעבען, און וויבאלד אז דאס נעמט זיך פון תורה איז דאס א טובה פאר דעם גוף און דער נשמה צוגלייך. אויב אפילו מען פארשטייט דאס ניט, אדער עס דאכט זיך אנדערש, איז דאס אויך ניט קיין וואונדער, ווארום תורה איז דאך חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא איז קיין וואונדער ניט, אז ניט אלץ וואס שטייט אין דער תורה פארשטייט א מענטש, אבער דער מענטש דארף מקיים זיין אלץ וואס אין תורה שטייט אפילו ניט פארשטייענדיק וסוף ההבנה לבוא.
איך האף אז דו וועסט אויספאלגען דאס אלץ אויבען געזאגטע, און טאן דאס מיט שמחה ובטוב לבב.
בברכה לבשורות טובות בכל האמור.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 15
- Id
- rh-bdjfgykk
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit