עברית
Library

Letter 5696

אדר"ח אלול, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרא"ש שי'

ב"ה, אדר"ח אלול, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרא"ש שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף אין וועלכען [איר] שרייבט ראשי פרקים וועגען דער בית הכנסת חב"ד און די שוועריקייטען בנוגע דעם מנין וכו' און אז מען דארף רחמים רבים.

והנה ברור אז דער ענין פון רחמים רבים איז פראן און ווי מיר זאגען דאס אין דאוונען אלע טאג, ברחמיך הרבים רחם עלינו, מען דארף נאר פארשטארקען דעם צנור וכלים אויף צו אויפנעמען זיי אין ענינים של פועל דא למטה, און וואס איז נאך א בעסערע כלי ווי א שול וואו מען לערנט תורה, וואס פאראיינציגט תור און תפלה, נמצא אז דאס ווענדעט זיך נאר אין די עסקנים פון בית הכנסת ומדרש אז זיי פון זייער זייט זאלען טאן אביסעל און דענסטמאל וועט די זאך זיין בסדר.

ועל דרך ווי עס ווערט דערציילט אין אנהויב פון מדרש שיר השירים וקהלת, בנוגע דעם ארויפבריינגען א גרויסען שטיין צום בית המקדש, וועלכעס איז ניט געווען בערך אז איין מענש זאל עם בריינגען, און דאך האט זיך געפאדערט פון דעם מענשן ער זאל העלפען מיט איין פינגער און דאס איבעריגע איז שוין געטאן געווארען מלמעלה דורך מלאכיו עושי דברו, ועל דרך זה איז דאס בכל מקום ובכל זמן, אויב אפילו דאס ווערט געטאן דורך א אנדער לבוש, און ווי באוואוסט אז א מלאך מוז דאס ניט זיין דוקא אזאך וואס קומט מיט צוויי ווייסע פליגלען, נאר עס קען אויך זיין א מלאך - כמשמעו, א שליח, והרבה שלוחים למקום. און בפרט אין [א] ענין טוב וואס זכות הרבים תלוי בו.

און וויבאלד איר האט זוכה געווען צו זיין פון די ראשי עסקנים אין דעם ביהכ"נ והמדרש - איז דאך זיכער אז ניט נאר וועט איר אליין טאן אין דעם נאר וועט אויך זעהען אז אלע וואס קענען טאן אין דעם, זאלען טאן, והשם יתברך יצליחו.

המחכה לבשו"ט בכל האמור ובברכת כוח"ט.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 15
Id
rh-hbv2vgvr

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5696