עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-an3m36k7

kind
paragraph
order
MJ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און מ'וועט גלייך זען דעם בית-המקדש, און אויך גלייך זען ווי אזוי מ'איז דארטן מקריב די קרבנות, און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער אחכו לו בכל יום שיבוא איז דער איינפאכער אפטייטש אין דעם, אז מ'גלויבט און מ'ווארט און מ'ביינקט אז תיכף ומיד ממש, ניט ווארטן אפילו בזמן תפילת ערבית, גלייך נאר דער תפילה וואס מ'האט שוין מתפלל געווען, וועט מען גלייך האבן די גאולה האמיתית והשלימה צוזאמען מיטן בית המקדש, און מ'וועט קענען נאך אריינכאפן און מקריב זיין דעם קרבן תמיד של בין הארבעים, על פי הלכה האט מען נאך צייט ביז שקיעת החמה, ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צבחנו, און יעדערער פון אייך, דורך דערויף וואס ער גיט דעם אויבערשטן א מתנה זיינע, און אן ארציקע מתנה, בכל לבבך ובכל נפשך זיין ליבשאף צו דעם אויבערשטן, ואהבת את הוי'אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מהודך.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions