פסקה
פסקה rh-an3m36k7
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-19aprpmm
- order
- MJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מ'וועט גלייך זען דעם בית-המקדש, און אויך גלייך זען ווי אזוי מ'איז דארטן מקריב די קרבנות, און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער אחכו לו בכל יום שיבוא איז דער איינפאכער אפטייטש אין דעם, אז מ'גלויבט און מ'ווארט און מ'ביינקט אז תיכף ומיד ממש, ניט ווארטן אפילו בזמן תפילת ערבית, גלייך נאר דער תפילה וואס מ'האט שוין מתפלל געווען, וועט מען גלייך האבן די גאולה האמיתית והשלימה צוזאמען מיטן בית המקדש, און מ'וועט קענען נאך אריינכאפן און מקריב זיין דעם קרבן תמיד של בין הארבעים, על פי הלכה האט מען נאך צייט ביז שקיעת החמה, ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צבחנו, און יעדערער פון אייך, דורך דערויף וואס ער גיט דעם אויבערשטן א מתנה זיינע, און אן ארציקע מתנה, בכל לבבך ובכל נפשך זיין ליבשאף צו דעם אויבערשטן, ואהבת את הוי'אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מהודך.
- proofread
- 0