English
ספרייה

מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א

467

פשטות, ביז אַז במשך דעם גאַנצן וועג גייענדיק קיין ירושלים קורין שמחתי באומרים לי בית ה' נלךשפבשפא, און קומענדיק אין ירושלים און הר הבית, האָט יעדער בריינגער פון ביכורים אַליין גענומען זיין "סל", ביכורים­קאָרב אויף זיין אַקסלשפג און געלויבט דעם אויבערשטן — ואומרין הללוי'שפד הללו א­ל בקדשו וכו'שפה עד כל הנשמה תהלל י­ה הללוי', און גאָר באַזונדערס איז די שמחה געווען גרויס ביים קומען אין בית המקדש, נאָכן אַוועקלייגן די ביכורים לפני מזבח ה' אלקיך, וואָס דעמאָלט איז וענית ואמרתשפו — האָט ער געזאָגט הויך, קלאָר און מיט גרויס פרייד די פרשה פון ביכורים.

* * *

דאָס אויבן­געזאָגטע גיט צו אַ פאַרשטאַרקטן חיות און שמחה אין דער ספּעציעלער עבודה פון אַ אידן במשך דעם חודש אלול — די צייט פון חשבון הנפש אויפן פריערדיקן יאָר און צוגרייטונג צום קומענדיקן יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה — ווען יעדער איד פילט זיך נאָענט צום אויבערשטן, אני לדודי ודודי לישפז; און ווי דער באַוואוסטער משל פון אַלטן רבי'ןשפח, אַז אין חודש אלול איז דער אויבערשטער פירט זיך דאַן מיט אידן אויפן שטייגער ווי אַ מלך וואָס גייט אַרויס "אין פעלד" און איז דאָרט מקבל פנים יעדן איינעם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם.

ווען אַ איד פילט אָט­די נאָענטקייט פון השי"ת, רופט עס ביי אים אַרויס אַ צווייענדיקע התעוררות אין האַרצן — פון איין זייט אַ גרעסערע אָנשטרענגונג אין זיין חשבון הנפש און הכנה, דורך פאַרבעסערן זיך און אויפהויבן זיך אין יעדן און אין אַלע פרטים פון עבודת השם — תורה, עבודה און גמילות חסדיםשפט, ווי ס'איז

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8nyb0pgs

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות