שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]
125
אַליין. אזור חלציו, דאָס איז די קראַפט, וואָס מענטשען גיבען איבער קינדער, דערפאַר ווערען קינדער אָנגערופען יוצאי חלציוקלה.
דאָס איז אַלץ מדריגת המשיח, וואָס ווערט אָנגערופען מדריגת האור, די אַלע זאַכען איז פאַראַן אין דער כלי פון דעם אור, דאָס הייסט אין חסידות, וואָס חסידות איז שכל אלקי ועבודת השי"ת.
מט. דערקלו שכל פון חסידות איז אַ שכל אלקי, וואָס דאָרטען איז דער ענין פון התכללות דחכמה היא נקודה ובינה היא היכלאקלז וצריכים להיות שניהםקלח, דגם בהשגה דבינה יהי' הביטול דחכמה, וזהו ג"כ עצה וגבורה דהעצה דחו"ב יבא בעבודה בפועל בגבורה, ותוקף המדות שבלב ואז הוא דעת ויראת ה', שהו"ע ערום ביראהקלט לפעול הבירור וזיכוך דכל עניני עולם והוא ע"י העבודה.
די וועלט האָט אַ טעות און מיינט אַז עבודה איז נאָר וואָס מ'געהט אין וואַסער פאַרן דאַוונען, מ'דאַווענט פינף אָדער זעקס שעה מיט חיות, מ'פאַסט, מ'לערנט אַ סך תורה. ניין, עס איז אַ טעות. עבודה ווערט אָנגירופען, אַז אַ איד געהט אין גאַס דאַרף דער שטיין דערהערען אַז אַ איד האָט אויף אים געטראָטעןקמ, עס דאַרף ווערען ריינער דער אוירקמא, עס דאַרף ווערען ליכטיגער די וועלט.
און בכדי עס זאָל אַזוי זיין, אַז די וועלט זאָל ליכטיגער ווערען, דאַרף מען אָט די אַלע זאַכען, וואָס מ'האָט געזאָגט, מ'דאַרף לערנען חסידות, מ'דאַרף דאַוונען באריכות און מיט אַ חיות, מ'דאַרף עוקר מן השרש זיין די אַלע מדות רעות און מ'דאַרף האָבען מדות טובות, און דאַמאָלסט ווערט ליכטיג די וועלט.
און דאָס איז והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו, די אמונה דאָס איז דער גאַרטעל וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער. אַלע ווייסען גאַנץ גוט אַז קיין זאַך אין דער וועלט קאָנען עלטערען אַ קינד ניט איבערגעבען, די אַלע גשמיות'דיגע ירושות זיינען ניט זיכער און ניט פעסט.
די אַלע גשמיות'דיגע זאַכען נעהמט דער מענטש ניט מיט מיט זיך אין קבר (ווי מ'זאָגט אין דעם געוויסען קאַפּיטל תהליםקמב, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז ובלע המות לנצחקמג, און אַלע אידען זאָלען לאַנג לעבען) און דאָס איז אויך ניט קיין זיכערע ירושה פאַר קינדער.
די אמת'ע זיכערע ירושה וואָס עלטערן גיבען איבער קינדער איז, כחות הנפש און אמונה. און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, דאָס איז די הויפט זאַך וואָס דער מענטש גיט יוצאי חלציו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-8hegc6gh
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.