עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

126

האָפענונג איז, אַ קינד און דאָס איז דער תקות אדם, יעדער מענטש אָהן אונטערשייד, רייך אָדער אָרעם ח"ו, איז דער עיקר אַ קינד. דער טעם הדבר בשרשו איז, וויילע דאָס איז דאָך דער כח אין סוף אין נבראים. דער בנין עדי עד, דער נברא וואָס ער איז דאָך בעצם אַ מוגבל, איז דערפאַר באַ איהם דער עיקר אַ קינד, וואָס דאָס איז דער בלי גבול פון נבראיםקמד.

און דאָס איז די ירושה וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער, די אמונה, דאָס איז אַן אייביגע זאַך.

נ. אין פסוק שטעהט והאמונה, ער האָט דאָך געדאַרפט זאָגען ואמונה, פאַרוואָס זאָגט ער והאמונה? אָט די אמונה דוקא, דאָס איז שייך צו זאָגען נאָר אויף אַ זאַך וואָס עס איז דאָ עטליכע מינים, זאָגט מען דאַמאָלט, די זאַך, און ניט קיין אַנדערע. אמונה איז איינע, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים, איז וואָס זאָגט ער והאמונה?

אמת, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמיניםקמה, אַלע אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה, שם שמים איז שגור בפי כל, געלויבט איז דער אויבערשטער, איז דער ערשטער וואָרט וואָס יעדער איד, אנשים נשים וטף, זאָגען.

אַז איינער פרעגט דעם אַנדערען: וואָס מאַכסטו? ענטפערט איהם דער צווייטער: געלויבט דער אויבערשטער, אָדער אַ דאַנק. . .

אידען גלויבען אין דעם אויבער­שטען ב"ה וואָס ער איז העכער ווי טבע, ווי מיר זעהען אין טעגליכען לעבען, איינער ח"ו האָט ניט קיין עסק און קיין כלי צו פרנסה, ענטפערט איהם דער צווייטער: זאָרגט ניט, דער אויבער­שטער העלפט; אַז איינער איז רחמנא ליצלן אַ גרויסער חולה, דאָקטוירים זאָגען חלילה אָפּ, טרייסט מען, דער אויבערשטער וועט רחמנות האָבען, ער זאָל רחמנות האָבען, ער איז דאָך דער רופא חולים, און דער אויבערשטער ב"ה האָט דאָך רחמנות.

דער טעגליכער אידישער לעבען און די הונדערטער טויזנטער מסירות'נפש'ן און קידוש­השם'ן וואָס אידען, אנשים נשים וטף, האָבען דורכגעטראָגען און טראָגען דורך אין פערשידענע מדינות אין פערשידענע אופנים, איז דאָס אַ בעווייז אויף דער אמונה טהורה, וואָס ביי אידען יחיו איז, אַז די אמונה איז ביי זיי איינגעוואָרצעלט אין דער טיפעניש פון זייער לעבען.

אָבער אמונה איז מקיףקמו, דערפאַר קאָן זיין אין דעם מענשענ'ס פיהרונג צוויי זאַכען וואָס זיינען הפכים, למשל, איינער געהט גנב'ענען און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען אַז די גניבה זאָל איהם געלינגען, מ'זאָל איהם ניט כאַפּעןקמז. ער גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און טוט אַ זאַך וואָס דאָס איז נגד דעם

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-h5w7jf6q

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources