עברית
Library

Letter 5532

י"ט סיון, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"ט סיון, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /;6amp&.

איר דארפט אינגאנצען פארגעסען וואס מען זאגט אייך וועגען כישוף זאכען און ענליכעס, ווארום אויף יעדען איינעם איז השם יתברך משגיח בהשגחה פרטית, מען דארף זיך נאר אויפפירען ווי עס איז דער ווילען פון השם יתברך ווי ער האט אונז אנגעוויזען אין זיין תורה, און דענסטמאל זעהט מען דאס גוטע פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון כשר'ה אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב. און מ'האט אויך געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות בא אייך אין וואהנונג, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז. און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען אין גיכען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זעכען וואס איר דערמאנט אין אייער בריף.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 15
Id
rh-6qcj78p1

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5532