צוגעפּאַסט פאַר דער אויפפירונג פון איינעם וואָס געפינט זיך אין אַזאַ אויסנאַמס נאָענטקייט צו מלך מלכי המלכים הקב"ה; און צוזאַמען דערמיט, אַ טיפער אהבהגעפיל צום אויבערשטן (ווי אויסגעדריקט אין די ווערטער "אני לדודי"), ביים דערהערן און דערפילן די גרויסע און וואַרעמע "הארת פנים" פון דעם אויבערשטן צו יעדן אידן.
* * *
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל אויסניצן די לעצטע סגולהטעג פון דעם סגולהחודש אלולשצ, פון דעם סגולהיאָר "הי' תהא שנת אראנו נפלאותשצא" — אין דער פולסטער מאָס,
און מען זאָל גלייך זוכה זיין צו "תבוא אל הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך וירשתה וישבת בה", ביז אַז יעדער איד באַזעצט גלייך זיין אייגענעם חלק אין ארץ ישראל,
און ברענגט גלייך ביכורים בפשטות, ובשמחה גדולה, אין דעם בית המקדש השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן אַלייןשצב, מקדש אדני כוננו ידיךשצג, ומעשה ידינו כוננהושצד,