עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-3w64krfc

kind
paragraph
order
JZ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
הי עמים ביום השבת פארבינדן דאס מערניט מיט של יום שקולו שבת ומנוחה לחיי העולמים וואס דאס איז לעתיד לבוא. וואס דערפאר איז עדיף לפרש, אז דאס איז א צווייטער פירוש אין משנה. צום אלעם ערשטן איז דער פירוש פון בזמות שיר ליום השבת, על דרך ווי דער פירוש אין די פריערדיקע זעקס שיר של יום שבכל יום, אז דאס געהערט צו דעם טאג ווי דאס איז געווען בשעת ששת ימי בראשית, על דרך זה אויך דער מזמור שיר ליום השבת, איז אויך דארף מען ניט זוכן קיין פירושים ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, איז דער פירוש שטייט בגלוי אין דער משנה אליין, ובפרט נאך בשעת די לויים האבן דאס געזאגט בפשטות ביום השבת, איז האט דאס געשטאנען בגלוי אויך אין מעשה און אין דיבור, און אין שיר של משמרת הלויים וואס מ'האט געזאגט בגלוי בבית המקדש, נאר דאס איז א צווייטער פירוש, צום ערשטן איז דער פירוש אין מזמור שיר ליום השבת על דרך ווי דער פירוש אין די פסוקים שלפני זה, נאר דא דארף זי האט די משנה ניט וואס צו מחדש זיין, און ס'בלייבט בא דעם פירוש, משא'כן ביום השביעי איז אט דעמאלט ברענגט פריער די משנה אראפ דעם פירוש בפשטות, על דרך פון די ששה שירות פון ימים שלפני זה, און דערנאך אויך דעם פירוש, בפשטות, אז דאס איז מזמור שיר ליום השבת, און אין דערויף דארף מען ניט האבן קיין ביאורים פארוואס מ'זאגט דאס ביום השבת, שטייט בגלוי, אז דאס איז דער מזמור שיר פון ליום השבת, וואס דעמאלט האט מען געזאגט אט דעם שיר בבית המקדש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions