עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

18 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך ידוע דער מנהג, ווי דערמאנט אויך שוין היינטיקן יארן, און שוין אויך אפגעדרוקט, וועגן מאכן סיומים אין ניין טעג במיוחד, און שוין געדרוקט און גערעדט בזה בארוכה בשנים שלפני זה. וואס בנוגע צו א סיום, וואס בכלל איז דאך דא דעות אז מ'קען גאר מאכן א סיום אויף א פרק אדער אויף א מסכתא אין משניות, אז ס'איז א מסכתא וואס האט סיי משנה און סיי גמרא איז דאס א סיום לכל הדיעות ובכל הפרטים וכו אין דערויף גופא איז דאך אבער אויך דא א ריבוי מסכתות, איז דאך פארשטאנדיק, אז לויט דעם דין פון כל התדיר איז תדיר קודם במילא איז אויך אט די מסכתא וואס זי ווערט אנגערופן תדיר אדער בלשון אחר תמי תמיד האט זי א קדימה לשאר המסכתות. אויך אבער אויך דא דער טעם, אז וויבאלד אז ס'איז פגע במצוה דארף ער ניט אוועקגיין צו אן אנדער מצוה, דארף ער זיך פארנעמען מיט דער ערשטער מצוה מיט וועלכע ער טרעפט זיך, איז דאך אויך בנוגע לעניננו, אז ס'רעדט זיך וועגן א סיום אין די ששים מסכתות וכיוצא בזה, האט דאך אויך דעם טעם, אז דער ין זאל זיין פארבונדן מיט דער ערשטער מסכתא מיט וועלכע מ'טרעפט זיך, וואס דאס איז די מסכתא ברכות און האט אויך א שייכות מיוחס צו די שעות היום, וואס מ'קומט דאך איצטער צו תפילת ערבית, וואס מסכתא ברכות הויבט זיך גלייך אן בתחילתה, מימתי-קוראין השמע בערבין, וואס מ'קומט דאך איצטער פון תפילת מערב ולפני זה קריא השמה פון ערבין, האט מען דאך געטאן די מעשה בפועל, מ'האט קורא שמה געווען, און דערנאך אויך די תפילת מעייב, תפילת ערבית. איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז פארבונדן פארוואס טוט ווי האט מען געטאן אזוי? דערפאר וואס תורה האט אזוי גע'פסק'נט. וואו האט דאס תורה אזוי גע'פסק'נט? וואס פסקי דינים איז דאך דוקא אין תורה שבעל פה, ניט אין תורה שבכתב,

2און אין תורה שבעל-פה עצמה איז דאך דא דער לשון צחה וברורה נוסף אויף דעם טעם וואס דאס איז די התחלה פון גאנץ תורה שבעל-פה, איז דאך די התחלה מפנימות הקודם ושמע בערבי ט. בפרט נאך לפי המבואר במפרשים וואס זיי שרייבן ארויס כמה טעמים סדר אויף סדר המסכתא, ווי פארענטפערטן אויך, ווי שוין אפגעדרוקט אין די הקדמת צו בשעת פון ווילנה וכיוצא בזה, דער טעם פארוואס מ'הויבט אן מסכתא ברכה, דערפאר וואס ראשית חכמה יראת הוי במילא איז דאך ראשית חכמה, וואס דאס גייט דאך כל חיי האדם וואס ער געהערט דאך צו עם חכם ונבון דארף זיין דער ענין פון יראת הוי,"' וואס דורך וואס האט מען יראת הוי,"' איז האט מען דאס דורך דעם לימוד די הלכה שבזה, כידוע דער ביאור פון דעם סיפור פון דעם אלטן רבי'ן מיטן מעזריטשע מגיד זון דמלאך, אז בשעת זיי האבן אנגעהויבן לערנען נגלה צווישן זיך און ס'איז געווען דער סדר, אז ער האט געלערנט מיטן אלטן רבי'ן די ענינים פון פנימיות התורה, פון תורת המגיד אביו, און דער אלטער רבי האט מיט אים געלערנט נגלה, איז בשעת דער מלאך האט אנגעהויבן דעם לערנען צווישן זיך דעמאלט מיט די מסכתא מימותי-קורא נשמעה בשעת דער אלטער רבי האט אנגעהויבן דעם לימוד אויך אין די מסכתא ברכות, מימותי-קורא נשמעה שמע בערבין, און האט דאס אנגעהויבן אפטייטשן בפשטות, אז דאס גייט אויפן זמן, קריאת-שמע בערבין האט גלייך דער מלאך אפגעשטעלט, און געזאגט אז מאמרתי איז דאס פון לשון אימה ויראה ורתת וזיע אז ווי אזוי איז דער ענין פון קריאת-שמע בערבין? על דרך זה איז דאס איז פארשטאנדיק אויך אויף קריאת-שמע בשחרית איז דאס תפקין מאמרתי

3וואס דאס איז דאך דער ענין פון קריאת שמע, איז דאך קבלת עולה מלכות שמים ובפרט אין דעם פסוק ראשון פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד און דערנאך דער המשך שבזה, ווי דאס איז בתפילה, זאגט מען דאך גלייך דעם ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד וואס דאס איז דער ענין פון יראת הוי ווי אזוי מ'איז דאס ממשיך אין די אלע ג'עולמות, אין גאנץ סדר וואס דאס איז כולל סדר השתלשלות, וואס דאס ווערט נרמז, אז דער פסוק ווי ער שטייט אין תורה איז דאס אן ענין אין אצילות, דערנאך בפרטיות קומט דאס אראפ אויך אין די ג'עולמות שלאחרי זה, וואס זיי זיינען נרמז אין ברוך שם כבוד מלכותו אלול ולבא די ג'לשונות וואס זיי גייען אויף די ג'עולמות ביער. וכמדובר כמה פעמים, אז אזוי איז דאס מהימים האלה נזכרים ונעשים אז פון דעם זכרון קומט דאס אראפ בפועל, על דרך זה אויך פון דעם זכרון פון מאמר סיי ווי אזוי מ'לערנט דעם ענין אין זכרון און דערנאך בדיבור קומט דאס אראפ ונעשים אין מעשה בפועל, און אמאל איז אויך דער סדר, אז מ'הויבט גאר אן מיטן מעשה בפועל, וואס דאס איז דער קריאה שמה בפשטות ביי ערבי ן, ווי דאס איז געווען איצטער מיט א קורצן זמן לפני זה, און דערנאך האט מען דאס גלייך ממשיך געווען אין די אלע ג'עולמות ווי זיי שטייען אין ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד און דערנאך אויך ממשיך געווען ביז אין פרשה ראשונה, ופסוק ראשון שבו, און פרשה שני, וואס דאס גייט אויף די עבודת האדם כל משך ימי חייו, וואס דאס ווערט דאך אלץ גערעדט וועגן ביי אים בפשטות המקראות, על אחת כמה וכמה לכם פירוש הפנימי שבזה, אין והיים שומע תשמעו, וואס דערנאך זאגט מען דאך וואס אהבת בגונך ותירושך ויצורך וואס דאס איז דאך דער תכלית ושלימות העבודה אין דעם דעם אמותת מלכות

4און די ארבעים מלאכות וכו כמדובר כמה פעמים. וואס יש לקשר זה מיטן סיום פון מסכתא ברכות בפשטות, כמוזכר לעיל, וואס א סיום איז מען דאך נוהג, אז מ'איז מקשר די סוף המסכתא מיט תחילת המסכתא, ועל דרך זה אין דעם לימוד הויבט מען אן פון תחילת המסכתא, בממונתי קודם נשמע בעראוין, דערנאך מיט נשיאים פון מסכתא ברכות, וואס מ'זאגט אז תלמידי חכמים ארבים שלום בעולם שנאמר וכל בנייך למודי הוי'ו רב שלום בניך, אל תקןו בניך אלא בניך. וואס דאס איז דאך אויך דער סיום פון פרק רביעי אין מסכתא תמיד, וואס האט די מעלה וואס דאס איז דער תמיד שבתורה, ווי איז אויך דא כמדובר כמה פעמים, אז ס'איז דא מסכתות וואס דער סיום הגמרא שבהם איז בסיום המסכתא, וואס דעמאלט איז קיין שאלה ניט ווי אזוי ס'דארף זיין דער סיום, דארף דאס זיין אין דער גמרא, וואס דער פירוש המשנה שלפני זה. די שאלה ווערט בשעת ס'איז דא א מסכתא וואס די גמרא שבזה ענדיקט זיך פאר דער משנה פון פרק אחרון שבמסכתא, ווי דאס איז אין מסכתא תמיד, און ס'האט אויך א שייכות מיוחדה צו יום זה, וואס דער סיום הגמרא שבמסכתא תמיד איז דאס אין סיום פון פרק רביעי, וואס דאס איז דאך בדוגמא פון קביעות שנה זו, וואס ראש-חודש אב מלחם אב איז ביום הרביעי, און דעמאלט ער ענדיקט זיך אויך אין דעם סיום פון דעם יום הרביעי ענדיקט זיך אויך די גמרא פון מסכתא תמיד, און דערנאך איז מען אויך דערנאך ממשיך אמת'ע תמידיות, דארף דאך זיין פארבונדן מיט א פולער וואך, וואס דערפאר איז דאך אויך כמדובר כמה פעמים מסכתא תמיד באשטייט פון שבעה מסכתות, וואס דאס איז כנגד תמידיות, וואס תמידיות באשטייט דאך אז ס'איז דא שבעת ימי השבוע, און דאס איז

5אין אן אופן פון תמיד, איז אין דערויף גופא איז דא יעדער פרק שבה, וואס דאס איז שבעה פרקים, כאמור, איז כנגד איינע פון די שבעת ימי השבוע, און פרק שביעי במיוחד איז דאך פארבונדן, ווי ס'שטייט בגלוי אין דעם סיום פון פרק שביעי, אז ביום השביעי היום, איז מזמור שיעור ליום השבת, ליום שוקולי שבת ומנוחו לחיי העולמים, וואס דאס איז דער יום השביעי שבשבוע, און די גמרא שבזה, וואס בפשטות איז אויך דער חילוק פון ימי השבוע און יום השבת איז, אז בנוגע צו ימי השבוע איז דעמאלט דארף זיין דער ענין פון ועשית כל מלאכתך ביז וואנענט אז אפילו אין תורה עצמה איז דאך אויך דא וואס בקושי יתירו בדבר דברי תורה בשבת, דערפאר וואס דאס איז דאך אויך א מין פון א מלאכה און אן אנשטרענגונג, און בשעת ס'איז דא דער הוקשיא ורמינהו וכו איז דאס היפך מנוחת הנפש און עונג הנפש, כמדובר כמה פעמים, משא'כן בסיום מסכתא תמיד, וואס איז פארבונדן מיט פרק השביעי בשבת, איז מען מסיים אויך בחילוק, וואס פריער זאגט ער דאך דעם שיעור וואס מ'האט געזאגט אין די אלע ששת ימי השבוע, און דארטן רעדט זיך אלץ מתאים לתוכן היום, אז ביום הראשון האט מען געזאגט דעם קאפיטל תהלים דעם שיר דעם קאפיטל תהלים ווי ס'איז פארבונדן מיט מלאכת השמים וארץ וואס דאס איז געווען אין ששת ימי המעשה, און מ'איז מסיים מיטן יום השביעי, וואס דאס איז דער מזמור שיר ליום השבת. וואס דאך דא איז אויך יש להעיר ס'איז דא אזוינע וואס טייטשן אז דאס איז דער פירוש, א בלעדי, וואס די משנה טייטשט אפ, אז מזמות שיר ליום השבת איז דאס מערניט ווי ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. וואס דאס האט אין זיך א שוועריקייט, דעמאלט קומט אויס, אז דער שיר של יום שפכל הימים איז פארבונדן מיט דעם יום שהי'הלויים אומרים, דעם שיר בבית המקדש, משא'כן דער שיר וואס

6הי עמים ביום השבת פארבינדן דאס מערניט מיט של יום שקולו שבת ומנוחה לחיי העולמים וואס דאס איז לעתיד לבוא. וואס דערפאר איז עדיף לפרש, אז דאס איז א צווייטער פירוש אין משנה. צום אלעם ערשטן איז דער פירוש פון בזמות שיר ליום השבת, על דרך ווי דער פירוש אין די פריערדיקע זעקס שיר של יום שבכל יום, אז דאס געהערט צו דעם טאג ווי דאס איז געווען בשעת ששת ימי בראשית, על דרך זה אויך דער מזמור שיר ליום השבת, איז אויך דארף מען ניט זוכן קיין פירושים ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, איז דער פירוש שטייט בגלוי אין דער משנה אליין, ובפרט נאך בשעת די לויים האבן דאס געזאגט בפשטות ביום השבת, איז האט דאס געשטאנען בגלוי אויך אין מעשה און אין דיבור, און אין שיר של משמרת הלויים וואס מ'האט געזאגט בגלוי בבית המקדש, נאר דאס איז א צווייטער פירוש, צום ערשטן איז דער פירוש אין מזמור שיר ליום השבת על דרך ווי דער פירוש אין די פסוקים שלפני זה, נאר דא דארף זי האט די משנה ניט וואס צו מחדש זיין, און ס'בלייבט בא דעם פירוש, משא'כן ביום השביעי איז אט דעמאלט ברענגט פריער די משנה אראפ דעם פירוש בפשטות, על דרך פון די ששה שירות פון ימים שלפני זה, און דערנאך אויך דעם פירוש, בפשטות, אז דאס איז מזמור שיר ליום השבת, און אין דערויף דארף מען ניט האבן קיין ביאורים פארוואס מ'זאגט דאס ביום השבת, שטייט בגלוי, אז דאס איז דער מזמור שיר פון ליום השבת, וואס דעמאלט האט מען געזאגט אט דעם שיר בבית המקדש.

7נאר דא זאגט די משנה נאך א פירוש בזה, אז נוסף אויפן פירוש ווי דאס איז בפשטות, על דרך פון די שירות של יום, בששה ימים שלפני זה, האט מען נאך אויך א פירוש, אז דאס גייט און דערמאנט אויף ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. און דורך דערויף ווערט אויך אראפגענומען די שאלה, פון וואנענט נעמט דאס די מפרשים צו זאגן, אז דא איז א חילוק צווישן די שבעה שירות, און ווי אזוי לייגט זיך דאס בכלל אין סברא, אז דעם שיר שהי'על ווי העומרים בבית המקדש האבן דאך געזאגט אויף דעם טאג ווי ער שטייט אין בית המקדש בשנה ההיא, ווען די לוים האבן געזאגט דעם שיר, במילא איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דאס איז על דרך פון די ששה שירות שלפני זה, מיינט מען דאס אויף דעם טאג, פון יום השבת, ווען די לוים האבן געזאגט עם שיר. נאר כדי לסיים בדבר טוב, בטוב ביותר, און אויך בדברי הגדה, אין הגדה עצמה, אף על פי וואס ס'איז דאך אויך אין די שירות שלפני זה איז דא ענינים של הגדה, זיי שטייען אבער ניט אזוי בגלוי איז לסיים בדברי הגדה איז מען מסיים מיטן פירוש נוסף אין דעם פסוק, און איז פירוש על דרך ההגדה והדרוש והרמז והסוד, אז נוסף אויפן פירוש ווי דאס איז בנגלה ובפשטות ליום השבת, וואס דעמאלט האט מען געזאגט דעם שיר, על דרך זה ווען נזכרים ונעשים און יעדער איד זאגט ביום השבת דעם מזמור שיר ליום השבת אויך אלס שירו של יום, וואס דעמאלט האט מען אויך מסיימים בדברי ההגדות, וואס זיי זיינען אויך פארבונדן מיט הלכה, אז דאס איז ליום שכולו שבת ומנוחו לחיי העולמים.

8ינדעניקייט מיט א גדה איז נאכמער מודגש דורך דערויף וואס דורך וואס ברענגט מען די יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים? איז דאס דורך מעשינו ועבודתינו במשך פון שיתא אלפי שני דהוי עלמא אין זיי גופא איז דאך פארשטאנדיק, אז מעשינו ועבודתינו פארנעמט גאר א גרויסן ארט, די מעשים און עבודות פון יום השבת, דעמאלט איז דאך אויך דא די עבודת האדם, אף על פי וואס ס'ווערט אנגערופן ניט מלאכתך וואס מלאכתך איז עשוי נאך ביי א אידן גופא איז דאס אין מלאכתך שלו ווערט דאס א מלאכת פון שבת, על דרך פון אכילה ושתי ועונג שבת וכו איז דאך דאס מעשינו ועבודתינו, וביחד עם זה איז דאס דוקא ועתה אז ס'דארף זיין דורך וואס איז מען מקיים עונג שבת, ועל דרך זה אלע פרטים שבעונג שבת וכיוצא בזה, איז דאס פארבונדן מיט יין ישן און מיט בשר שמעי וכיוצא בזה, וואס דאס איז פארבונדן דוקא ווי דאס איז עתה, משא נכן לעתיד-לבוא איז דאך איין דארט ווי זאגט מען דאך, אז תחילת אתחרה איז גאר אין אן אופן וואס דאס איז תחילת-יום השבת לעתיד-לבוא איז גאר אין אן אופן, אז דאס איז אין שם לא אכילו ולא שתי', כמדובר כמה פעמים.

9וואס דאס איז אויך דער קשר מיט תחילת כל המסכתות, אז מימת הוקר נשמע בערבין איז דאך אויך דא ביום השבת עצמו אויך, ואדרבא, ביום השבת איז דער לילה שבו איז דאך אויך מימת הוקר נשמע בערבין, איז ווי אין אלע ענינים פון שבת איז דאס אויך אן ענין פארבונדן מיט יראה עילאה, במכל-שכן וקל-וחמה, ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא, אין אגרת התשובה, אז דער ענין פון תשובה עילאה איז פארבונדן מיט די עבודה און הכנה צו שבת וכיוצא בזה, און וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון יראה עילאה, כמבואר בארוכה, אז דאס איז דער תכלית השלימות אין יראה, יראה בושת כמבואר בארוכה אין די הארץ צו תיקון חצות פון דעם אלטן רבי'ס סידור, וכמדובר כמה פעמים. און פון דערויף קומט מען, און דורך א הוספה בזה, וואס אלץ מעשינו ועבודתינו היילט מען נאך מערער צו דעם פירוש ווי ער איז על דרך ההגדה והרמז והדרוש, נוסף אויפן פירוש הנגלה והפשוט, אז דאס איז פשוטו של מקרא ממש, ניסן בשיעור ליום השבת דעם זיבענטן טאג, אנהויבנדיק פון דער לילה שבו, און דערנאך קומט מען אויך צום צווייטן פירוש, צו דעם שכר וואס היום לעשותם ולמחר לקבל שכרם, צו דעם מחר, וואס דער מחר איז דער יום שכולו שבת המנוחה לחיי העולמים.

10עולם, אדער דאס רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן, וואס ער איז דער חיות פון דעם עולם גופא, אבער וועגן וועמען רעדט מען, צו וועמען איז דער מזמור שיעור איז דאס צו דעם אויבערשטן ווי ער איז חיי העולמים אדער צו אבער צו דעם אויבערשטן, כמדובר לעיל, וואס דאס איז אויך כמוזכר לעיל איז דאך דא אויך די צוויי סיומים אין מסכתא תמיד, דער סיום ווי ער איז ביום הרביעי ובפרק הרב וואס דארט איז אויך דער סיום פון מסכתא ברכות, וואס דער סיום פון מסכתא פרק רביעי פון מסכתא תמיד אין דער גמרא שבו איז אויך דער סיום ווי דער סיום פון מסכתא ברכות מיט תלמידי-חכמים מרבים שלום בעולם, ועד כדי כך, אז ס'איז דא כמה מפרשים וואס זיי זאגן, אז ס'דארף זיין אויך די גירסא אין פרק רביעי פון מסכתא תמיד, וואס דאס איז כנגד יום זה דארף דאס אויך זיין מיטן גאנצן סיום ווי ער שטייט אין מסכתא ברכות, מיט דער גאנצער אריכות, ביז הוי'עוז לעמו עתים הוי'יברך את עמו בשלום. דערנאך קומט דאס ארויס אויך בגלוי, וואס דאס אלס א סיום פון מסכתא תמיד, דארף מען דאך אויך מסיים-זיין סיי דעם לימוד הגמרא שבו, סיי דעם לימוד הפרקים וואס קומען לאחרי הגמרא שבו, וויבאלד אז זיי געהעבן צו מסכתא תמיד, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט שבעת ימי השבוע, איז דאס אויך פארבונדן ווי דאס שטייט בגלוי אין פרק שביעי מסכתא תמיד, און פרק שביעי מסכתא תמיד שטייט דאס בגלוי אין מזמור שור ליום השבת, וואס ווען האט מען געזאגט דעם מזמור שור ליום השבת? ועל דרך זה נזכרים ונעשים עתה האט מען דאס געזאגט ביום השבת בפשטות, און דערנאך קומט אויך דער פירוש און דער רמז על דרך האגדה אלס א צווייטער פירוש, און א הוספה בדבר, אז דאס איז ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס דא איז מען מוסיף, אז דאס איז א מנוחה לחיי העולמים, משא נכן א שבת פון איצטער, אף על פי וואס דאס איז מעין פון שבת ומנוחה, ווי מ'זאגט דאך יכות אין ברכת המזון

11וכמה מקומות, אז שבת ווערט אנגערופן יום מנוחה וקדושה, למך נתתה, ביחד עם זה איז דאך אבער ניט קיין מנוחה לחיי העולמים, דאס וועט דאס זיין לעתיד-לבוא, על ידי מעשינו ועבודתינו בכלל, ובפרט אין יום השבת, וואס ס'ווערט אנגערופן יום מנוחה. וואס דא האט מען אויך דעם סיום, סיי אויף מסכתא תמיד, כמוזכן לעיל, אז מ'הויבט-אן פון התחלת פון מסכתא תמיד, בשלשה מקומות, היו הכהנים שומרים בבית המקדש, וכמדובר כמה פעמים א דבר פלא וואס מ'איז ניט פותים לב, אז דאס קומט אויס ווי בקביעות שנה זו, ובלימוד פון שנה זו, ובפרט אין עשיית סיומים, איז דאך פון די לייכטעסטע סיומים איז דאך מאכן א סיום אויף א מסכתא וואס האט טאקע בגמרא, אבער אין די מסכתות גופא, בכמות איז די קירצעסטע שבזה, וואס דאס איז מסכתא תמיד, און אין איר גופא האט מען דאך אויך דעם סיום ווען ס'קומט דער יום הרביעי און דער סיום פון יום הרביעי, בפרט אז ס'האט אויך דעם סיום מעין פון דעם סיום פון די מסכתא ראשונה פון כל מסכתות השס, און אויך מעין פון די ששים מסכתות, וואס פארענדיקט זיך אויך מיט הוי'עוז לעמו יתן הוי'יברך את עמו ושלם אדער על כל פנים למצע הקב,"ה כלי מחזיק ברכה לישראל לאהשלום, וואס דאס איז אויך דער סיום המסכתא, כמדובר כמה פעמים, וואס דא האט מען די ביידע זאכן דעם סיום פון מסכתא ברכות און התחלתו, וואס ראשית חכמה יראת הוי'מאמר תקורין את שמה בערבין, און על דרך זה אויך דעם סיום, אז די כלי מחזיק ברכה, וואס ברכה גייט דאך דאס בכללות על ענין התורה, וואס הויבט זיך אן מיט א בי'ת, דערפאר וואס ווי ער זאגט אין זהר און אין מדרשים, אז בי'ת איז א ראשי-תיבות ברכה, און די כלי המחזיק פון דער ברכה איז דער סיום המסכתא, דער ענין השלום,

12און אויך דער סיום פון גאנץ שעס, וכמדובר כמה פעמים, מיט אלע פרטים שבדבר, בהוספה אויף די פרטים האמורים לעיל. וואס דאס איז אויך מ'גיט א כלעגנהייט אויף נאכאמאל אלא למזרזין אלא למזורזין דערמאנען נאכאמאל וועגן עשיית סיומים במשך פון די אלע ניין טעג, אפילו ביום הדששי'שבו, איז דאך ווי ס'איז ווי מ'האט מכריז געווען, אז דעמאלט מאכן דעם סיום ביום זה עצמו, אין א זמן ווען מ'מעג שוין אויך האבן די אכילה און שתי'סעודה פארבונדן מיט סיומה של תורה, על אחת כמה וכמה אט די וואס זיי טוען באיגע ענינים כדי ס'זאל ניט משנה זיין דעם סדר פונקט אזוי ווי מ'מאכט א סיום אין די פיר און צוואנציק שעה פון די פריערדיקע אכט טעג, א סיום אויף א מסכתא כולה, על דרך זה אויך מאכט מען דאס ביום התשעה באב, אן א סעודה, וכמוזכר אויך אין די רשימות פון נשיא דורנו, אז דער רבי'ן נשמתו עדן האט געמאכט מסכתות בכל יום, אף על פי וואס ניט בכל יום האט ער געפראוועט דערביי אויך א סעודה וכו,' און ווי ס'איז גאר משמע אין דעם פירוש הפשוט פון דער רשימה אז לאו דוקא אז ער האט ניט געמאכט ווען דאס איז געווען דער סיום פון יום תשעה באב בפשטות, נאר אפילו ווי בשעת תשעת הימים איז געווען פעמים על כל פנים וואס ער האט געמאכט דעם סיום אן א סעודה שלאחרי זה, כמדובר כמה פעמים.

13וואס דאס איז אויך, כמדובר, דער סיום כפול, ס'איז דאך פארבונדן מיט כפליים לתושי וואס יעדער ענין פון כפליים איז דאך פארבונדן מיט גאולה, לך לך און אותיות כפולות, כמדובר כמה פעמים, האט מען אויך דעם סיום כפול אויף מסכתא ברכות, התחלת השש וסיום השש, כמוזכר לעיל, על דרך זה אויך דער סיום כפול אויף די כל השעת כולו, כמוזכר לעיל, ווען מ'איז כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, אצאתך עמלוי וכו און דער ר'שמעון בן חלף תאמר, וכמדובר כמה פעמים, על דרך זה בשנה שעברה וכו.' ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל האבן בפשטות דעם ענין פון כפליים לתושי,' וואס דאס מיינט מען דאך דער עיקר אויף די גאולה אמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז דאך דער אמת'ער ענין פון תושיע בגלוי, און אין אן אופן וואס אין לו הפסק אז דאס איז א סיום ווי מ'זאגט בא יעדער סיום, אז תוקף ומיד אין דעם סיום איז מען גלייך ממשיך, אז כשום שאזרתניא לסיים די מסכתא איז אזוי תעזרוני להתחיל ולסיים נאך מסכתות, על דרך ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, איז דאך אויך דא כמה ענינים וואס מ'איז מתחיל ענינים חדשים, אנהויבנדיק פון תורה חדשה, און מ'איז מסיים אט דעם ענין, און תיכף ומיד הויבט מען אן אן ענין חדש אין תורה חדשה, און יתתי תצא גופא חידוש לאחרי חידוש, כמדובר כמה פעמים.

14ובפרט נאך אז והוא העיקר, אז מ'איז מוסיף אין מעשה בפועל, אין עשיית הסיומים, על אחת כמה וכמה אין נתינת הצדקה, פארבונדן מיטן סיום ולפני זה, פארבונדן מיט ראש-חודש, בפרט נאך אז דער ראש-חודש איז דאך דער יום וואס איז געווען וואס כל עבודתו אשר עבד כל משך ימי חייו ארון הכהן איז דאס איז דאך געווען אין ראש-חודש אב, ראש-חודש פון חודש החמישי, דער זעלבער לשון ווי ס'שטייט אויך בהנוגע צו דעם ענין פון שאר פון כמה ענינים פארבונדן מיט די ניין טעג, על דרך זה אויך זאגט מען, אזוי ווי אהרן איז דאך געווען ענינו, אז ער איז מברך את כל בני ישראל עד סוף כל הדורות, און אין הברכה נצחית ונמשכת בלי הפסק כלל, און דערנאך טוען דאס אזוי זרע אהרן הכהן, און דערנאך טוען אזוי יעדער איד און אלע אידן אויף וועלכע ס'שטייט דאך די נתינת-כח און די חייבות הוי מתלמידו של אהרן הכהן, אז דאס איז דאך אויך א לשון ציווי, און אויך א לשון הבטחה, און מ'איז מסיים ומקרבן לתורה, ואשר שלאומר בזה אויך דער רמז, אז לאחרי כל העבודה שלפני זה, ובפרט די עבודה אלס א תלמידו של אהרן הכהן, ווערט אויך דער תכלית השלימות אין דעם שכר, ומקרבן לתורה, לתורה הידועה, צו תורה חדשה, משה מאיתי תיתי. וואס על דרך זה איז דאך בשעת מ'קומט פון ראש חידש מנחם אב, וואס דאס איז דאך דער כל עבודתו אשר עבד בו אהרן הכהן איז פועל ישועות בקרב הארץ און ווי דער לשון און דער דיוק בזה בקרב הארץ און אין עולם הזה התחתון און אין די דרגות שבו שאין תחתון למטה הימנו. און וויבאלד אז ער איז תלמידין של אהרן הכהן, איז דאך על דרך ווי ס'שטייט

15אויף גלות בפשטות, איז דאך אויך על דרך זה, אין גלות הכללי פון כל עמי ישראל, איז דאך פסק'נט אפ די גמרא הדין, אז דברי תורה קול תין האט מען די אלע ענינים פון הרי מקלט וואס דאס איז מציל די מכי נפש אויב ס'איז דא ביי א אידן, ובפרט נאך ווי פארבונדן מיט די דריי וואכן און מיט די ניין טעג, וואס דאס איז אויך פארבונדן, ווי דערמאנט פריער, אז מסכתא תמיד הויבט זיך אן מיט שלשה מקומות, היו הכהנים שומרים בבית המקדש, גלייך נאך דערויף, נאכן סיום פון מסכתא תמיד, קומט די התחלה פון מסכתא מדות, וואס דארטן איז די הוספה פון די ג'שבועות און ג'מקומות קומען אויך די כ'א'מקומות שבם היו הלויים שומרים,

16יום נאר וואס דען ווי דאס איז שקידה, וואס שקדים איז דאך אויך לכף אלף יום, ווי דאס איז שקידה לטובה, וואס יהפכו ימים אלו די אלע כף אלף יום ווערן נתהפך צוזאמען מיט די ג'שבועות, אין אן אופן אז דאס שטייט בגלוי די ימים טובים ולמועדים טובים, בפרט נאך אז מהדה והאמת והשלום אהבו איז דאך דאס מבטל סיבת הגלות קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה להמנוחה לחיי העולמים, ווי די אלע ענינים האמורים לעיל, ובפרט אז מ'איז דאס אויך מקשר מיט דעם סיום פון די צוזאמענקומען זיך בכגנז זה מיט נתינת הצדקה, וואס זי איז נאכמער מקדים את הגאולה און מזרז את הגאולה, ביז וואנענט אז דער סיום פון דער חלוקה לצדקה, על אחת כמה וכמה די התינו דערנאך, אז דער עני גייט אריין אין דעם שות היחיד, און דארטן טרעפט ער זיך מיטן בעל-הבית, וואס דאס איז דער אויבערשטער עצמות ומהות, דער בעל הבית האמיתי, און דעמאלט ווערט גאר דער בעל-הבית ווערט דאס דוקא דער עני, ווי איז ער אויך מפרש בפשטות אין די מלאכות ווי זיי זיינען אין מסכתא שבת בתחילתה, ובתחילתה ממש, אין פרק ראשון, אז דער עני קומט אריין אין רשות היחוד, צו דעם בעל-הבית, און וואס ווערט דארטן אויפגעטאן? ניט אז דער בעל-הבית נעמט און גיט דעם עני, נאר דער עני נעמט אליין פשוט את ידו, און נעמט פון דעם בעל-הבית ענינים, און דאס ווערט אן ענין פון דעם עני. און בפרט נאך אז ער נעמט דאס, ווערט ער דאך דעמאלט און נעמט דאס ווי דער בעל-הבית וויל, און ווי ער אליין וויל, וואס א איד וויל אז אויב יש לו מנה רוצה מאתים און בשעת ער דערוויסט זיך, אז ער קען צוקומען צו מאתים, איז טבע האדם אפילו אין דברים של חול, על אחת כמה וכמה אין ענינים של קדושה, דארף ער גלייך וועלן ניט רוצה מאתים נאר דלת מאות, און נאך מערער שמונה מאות, וואס דאס איז דאך כפליים וואס דאס איז שמונה מאות, וואס דאס האט א קשר מיוחד מיט די גאולה

17וואס זי איז דאך אין ספירה השמינית גאולה אין ספירת הבינה, אין אים סתומה, וכמדובר כמה פעמים. און ויהי רצון, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים על ידי העשי פון נעמען אויף זיך די שליחות אויף ליתן לצדקה, בהוספה מדילי, וכמדובר כמה פעמים, איז די החלטה עצמה ברענגט שוין אראפ בגלוי די גאולה האמיתית והשלימה, און תיכף ומיד ממש, און מנחם האט דאך שוין לאחרי ראש-חודש מנחם אב, וואס ס'הויבט זיך אן מיטן ווארט מנחם כמוזכו לעיל האט מען גלייך דעם מנחם שמו, וואס דאס גייט דאך אויף משיח צדקנו, האט מען גלייך מראה באצבעי ואומר זה האט אין מנחם משיח צדקנו, מלכי בן דוד, וואס ס'קומט א בשר ודם עסק בתורה כדוד אביו און מ'פירט-אן מיט דער גאנצער וועלט, ביז אז ינצח כל האומות כולם אט דעמאלט שרייט די גאנצע וועלט, אז דאס איז משיח ודאי און ס'איז פארבונדן מיט ודאי שמו כן תהילתו וואס דאס גייט דאך אויפן אויבערשטן, ווערט דאס דער משיח וואס דאס איז שלוחו של הקב,"ה, וואס ער ברענגט דאך אראפ די גאולה פון דעם וואס דער אויבערשטער איז גואל, און דאס ווערט געטאן על ידי שלוחים, וואס דאס איז משיח בן דוד מיט די אלע שמונה שמות וואס ער האט, כולל אויך דעם שם מנחם און פון דעם מנחם ווערט דער גיור דער המשך פון אבינו שבשמים אין אן אופן גלוי, און ס'קומט גלייך אראפ אין דעם בית-המקדש, און דעם שיעור שהיו הלויים אומרים בבית המקדש, און אלע שירים, ביז די שירה העשירית, שיר חדש, וואס די כלי לזה און די התחלה בזה איז דער שיר של יום וואס יעדער איד זאגט בכל יום ויום, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דאך ווי על-פי שולחן-ערוך איז דאך קודם התפילה איז דאך דא יאיב פרוטי לעני דער ענין הצדקה, און דערנאך איז והדר מצלה, און ס'קומט דערנאך אראפ אני בתרדיק את דופניך את בהקות תמונתך והיו עיניך

18ראש את מוריך", אין אן אופן פון בהקית, תיכף ומיד ממש, נאך בלילה זה ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions