English
ספרייה

אגרת ד'תתקמט

י"ז כסלו, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה חיים שי'

ב"ה, י"ז כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה חיים שי'

שלום וברכה!

נאך א ליינגערען איבררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יו"ד כסלו, יום הגאולה פון כ"ק אדמו"ר האמצעי, אין וועלכען איר שרייבט וועגען פארשריט אין עניני חב"ד בהנוגע לפועל מיט דער באטייליגונג פון בני משפחת פייגלין שיחיו מיט נאך עסקנים, ויהי רצון אז עס זאל ווערען אלץ מער שטארקער און מער פארגרעסערט, און לויט ווי איך האב שוין מערערע מאל געשריבען אין דעם, אז ווען מען וועט טאן אין דעם מיט מער קוראזש און במילא מיט מער ענערגיע, און זעלבסט פארשטענדליך, בדרכי נועם, וועלען זיך ממילא צוציהען אפילו די וועלכע שטייען דערוויילע פון דערווייטענס, ועל אחת כמה וכמה די וועלכע זיינען נאהענט, און דער עיקר ניט אפשרעקען זיך אויב דעם ערשטען מאל ווערט ניט אויפגעטאן ווי מען וויל, און פרובען נאך אמאל און נאך אמאל, און סוף כל סוף איז מען מצליח, און איך האף אז ספעציעל וועט מען אויסניצען די טעג פון חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה, וואס דענסטמאל ווערט נאך מער פארשטארקט און באנייט דער פסק בית דין של מעלה, אשר בגלל המס"נ הלזו (של רבנו הזקן) על תורת החסידות, הנה בכל ענין של תורה יראת שמים ומדות טובות, תהי' יד מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה, און איך ערווארט גוטע בשורות ומפורטות אין דאס אויבען געזאגטע, און אויך וועגען אייערע ענינים הפרטים.

בברכת חג הגאולה ולבשו"ט.

מו"ה חיים שי': סרברנסקי, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"י ג'שכט. לקמן ה'מא.

ה'קד.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-2043z80g

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4949