עברית
Library

ליל שמחת תורה תרצ"א

155

זיין בשוב רשע מדרכו וחי'כו אָבער אַז עס זאָל ח"ו זיין מות המת דאָס איז ניט די כוונה העליונה, און אויף דערויף שטייטכז כי לא אחפוץ כו' השי"ת וויל דאָס ניט, דער רצון העליון איז אַז מיא זאָהל תשובה טאָן, דערפאַר איז דער קוק פון אַ צדיק דאַרף זיין בעין טובה ובעין יפה.

עס קאָן זיין אַמאָהל אַ טיפער קוק מיט אַ פּאָר שטאַרקע ווערטער, וואָס די ווערטער קאָנען דורך נעמען דורך און דורך על דרך ווי די ווערטער פון דער תוכחה, אַז די ווערטער שטעכן און ברענען בפועל ממש, אָבער באמת איז דאָך דאָס לטובה, ווי עס שטייט אין לקוטי תורה בד"ה בשברי לכם מטה לחםכח. אָבער דער כללות פון אַ קוק של הצדיק על החוטא ר"ל הוא מסירת נפש.

דער חטא עץ הדעת איז געווען וואָס אדם הראשון הסתכל במקום הקליפותכט, דקודם החטא איז דאָך געווען דער מקום הקליפות וסטרא אחרא מתחת כל העולמותל, רע איז דאָך אַ מציאות נברא ווי עס שטייטלא ובורא רע, נאָר די בריאה פון רע איז געווען מתחת כל העולמות און עס האָט ניט געהאַט קיין שייכות אל העולם, ועל ידי זה וואָס חוה האָט עובר געווען דעם ציווי השי"ת, איז האָט זיך דער רע מתגבר געווען און עס איז געוואָרן תערובות טוב ורע בכל הנבראים. האָט אדם הראשון אַ קוק געטאָן במקום הקליפות וואָס מיט דעם קוק האָט אדם הראשון געוועלט פאַריכטן דאָס וואָס חוה האָט מקלקל געווען, און דאָס איז געווען דער חטא פון אדם הראשון וויילע אדם הראשון איז ניט געווען קיין רבילב, פרצוף אדם קדמון איז אויך ניט קיין רבי, פרצוף איז דאָך אַ ציור, און רבי איז ניט דער ענין פון ציור (וזהו מאמר המוסגר).

אָבער מכל מקום הרי חזר והאיר און עס האָט מאיר געווען דער אין סוף שלפני הצמצום, פרעגט דאך דער עץ חייםלג אַ שטאַרקע קשיא, דער גאַנצער ענין פון צמצום הראשון איז געווען אַז עס זאָהל ניט מאיר זיין כביכול דער אור אין סוף וואָס לפני הצמצום בכדי עס זאָהל זיין אַ עולם גשמי, אם כן אַז לאחר שנתהווה העולם חזר והאיר האור אין סוף שלפני הצמצום, אם כן וואָס האָט אופגעטאָן דער צמצום. נאָר באמת האָט דער צמצום זייער אַפולע אופגעטאָן, צמצום האָט אופגעטאָן דעם ענין פון עבודה, און אַז דורך עבודה זאָהל מען ממשיך זיין דעם עצמות אור אין סוף וואָס לפני הצמצוםטו.

אַזלד מען גייט אין גאַס דאַרף מען טראַכטן דברי תורה, אַ פסוק חומש, תהילים, צי אין מחשבה אָדער אין דבור, וואָס דאָס ווענדעט זיך אָן דעם אָרט וואו ער גייט צי מיא מאָג על פי דין ריידן דאָרטן דברי תורה, אָבער אַז ער גייט אין גאַס און איז ניט פערנומען אין דברי תורה, זאָגט אים דער שטיין אויף

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-053qbmsz

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources