עברית
Library

ליל שמחת תורה תרצ"א

156

וועמען ער טרעט דו בולאַךלה איינער וואָס טרעטסטו אויף מיר, ווער ביזטו, מיט וואָס ביזטו העכער פון מיר, פאַר וואָס זאָהל איך ניט טרעטן אויף דיר. אַז מען גייט אין גאַס און מען טראַכט ניט קיין דברי תורה, דערמיט איז מען ח"ו מעכב די גאולה, מה שאין כן אַז מען וועט טראַכטן אין דברי תורה וועט מען דערמיט מקרב זיין די גאולה.

די חסידישע בעלי עסקים דאַרפן האַלטן אין די קראָמען אַ חומש אַ תניא, אָדער אַ תהלים, און אין די פרייע צייט לערנען. מען דאַרף טאַקע אונטער שרייבן אַ וועקסל און ניט מאַכן קיין טעות, מען דארף מאַכן אַ חשבון פאַר דעם קונה אויך, אָבער פאַר דעם אונטער שרייבן דעם וועקסל און נאָכדעם דאַרף מען לערנען אַ פסוק חומש, זאָגן אַ פסוק תהלים, און יעמולט וועלן זיי מצליח זיין אין זייערע עסקים.

און דאָס האָט אופגעטאָן דער צמצום הראשון אַז עס זאָל זיין אַ וועלט מיט אַ גשמיותדיקער גאַס מיט חומריותדיקע מענטשן, מיט קראָמען און וועקסלען, און מיא זאָל גיין אין גאַס און טראַכטן אָדער זאָגן אַ דברי תורה, מיא זאָל זיצן אין דער גשמיותדיקער קראָם און לערנען תורה.

נאָר דאָס איז אַלץ אַ מאמר המוסגר, דרך אגב, דאָס איז אַלץ בעלי בתישקייט, פאַר בעלי בתים, דער ענין פון עבודה דאַרף זיין בירור המדות, ואהבת לרעך כמוךלו, איז ניט דער פשט יענעם ווי זיך, ניין עס איז אַ טעות, דער פשט איז כמוך, זיך ווי יענעם.

לחיים דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דעם גוטן יאָר וואָס דער זיסער טאַטע האָט אונז געגעבן זאָל אַראָפּ קומען אין אַ בפועל ממש בטוב הנראה והנגלה, עס זאָל זיין, אז תרצ"א, הגם עס שטייטלז מיט אַ ה', אָבער מיר ווילן אז עס זאָל זיין מיט אַ אלףלח.

אחר כך בירך בברכתו הק' אַז דעם יאָר זאָלן אַלע אַרעסטירטע און פאַרשיקטע וועלכע זיינען אין רוסלאַנד זאָלן בעפרייט ווערן, משה רבינו הי' אצל פרעה וברח ונעשה לו נסים שצווארו נעשה כשיש והסכין לא חתך וכדומהלט, אַ קונץ, און די וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף הרבצת תורה זיינען פאַרשיקט אין סיביר, עס איז שווער מער צו ליידן, גינוג, מיר ווילן עס זאָל זיין תרצ"א מיט אַ אלף, עס זאָל אַראָפּ גינומען ווערן אַלע העלמות והסתרים, די חדרים זאָלן זיי גאָר ניט

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-c8hc1659

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources