עברית
Library

Letter 2044

ט' אדר, תשי"ג · מוה"ר חיים שי' שו"ב

ב"ה, ט' אדר, תשי"ג

ברוקלין.

הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מוה"ר חיים שי' שו"ב

שלום וברכה!

דעם בריף וועגען אייער שנור תחי' האב איך באקומען און האב לויט אייער בקשה געענטפערט צו אייער מחותן מר לעווקאוויטש שי', זיכער האט איר געזעהען דעם בריף, און איך ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות.

דאס וואס איר שרייבט אין אייער בריף פון יום ההילולא יו"ד שבט, וועגען די שוועריגקייטען צו באקומען א וויזע אהער, איז דאך באוואוסט דער פסוק, לכל עת, און זיכער וועט השי"ת אין דער פאסיקער צייט מזכה זיין אייך אז איר זאלט קענען זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אויך באטייליגען זיך אין א חסידישער התועדות דא, און דאס זאל זיין געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

צו דעם אנקומענדען פורים האב איך פארגעשלאגען לאנ"ש שיחיו, אז אין די טעג פון פורים און דעם שבת פאר פורים זאל מען לערנען דעם מאמר חסידות מכ"ק מו"ח אדמו"ר פון פורים ה'תש"א, (וועלכער איז געדרוקט אין דעם קונטרס ק') און אויך די שיחה פון פורים ה'תש"א, וועלכע איז זיינער צייט אפגעדרוקט געווארען אין א באזונדער חוברת, און האפענטליך וועלין אנ"ש שיחיו אין טאראנטא אויך אזוי טאן.

וועגן נסיעה לאה"ק ת"ו - קומט בא מיר דערווייל ניט אויס.

וועגן אטאווא - רעכן איך אז בטאראנטא האט איר מער - ובכבוד - בגו"ר.

בפ"ש כל אנ"ש שיחיו וברכת פורים שמח עד דלא ידע כפסק תוה"ק ולהמשיך השמחה על כל השנה בגשמיות וברוחניות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 7
Id
rh-pde6yysp

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2044