אגרת ח'תרנה
ז' מנ"א, תשכ"ג · האברך רפאל שי'
אין ענטפער אויף דיין בריף פון ד' מנ"א, אין וועלכע דו שרייבסט ווי צו משפיע זיין אויף א בחור כו'.
ובכלל איז פארשטענדליך, אז דאס ווענדעט זיך אין זיינע ידיעות ותכונות הנפש וכו', און דעריבער דארפמען זיך באראטען מיט די וועלכע קענען עם וכבר נאמר ותשועה ברוב יועץ, און זיכער איז איבעריג צו באטאנען, וואס חכמינו ז"ל זאגען, אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, און דעריבער אז מ'רעדט מיט הארציקע רייד, איז א גרויסע מעגליכקייט צו מצליח זיין, און איינער פון די הויפט זאכען איז - צו זיין א לעבעדיקער מוסטער מיט דער טאג טעגליכער אויפפירונג - וואס ווירקט מער איידער רייד, ויהי רצון אז דו זאלסט מצליח זיין אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
און וויבאלד אז אלץ איז דאך בהשגחה פרטית, איז דאס מיין חוב (וזכות) צו מעורר זיין אויף דער נויטיקייט צו האבען א קביעות אלע טעג בלימוד פנימיות התורה שבדורנו נתגלה בתורת החסידות, און מיט א צוגאב ביום השבת אשר קדש הוא לה', און ווי ערקלערט די וויכטיקייט פון דעם אין מערערע ספרים, און ספעציעל אין קונטרס עץ החיים לכ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע ובקונטרס לימוד החסידות ותורת החסידות לכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-t5mry2p9
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit