אגרת ח'תצח
כ"א מנ"א, תשכ"ב · ה' עליהן תחיינה
איך בין געווען צופרידען צו באקומען דעם גרוס פון אייך דורך הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה מרדכי שי' הכהן ריבקין.
אויך האט ער מיר איבערגעגעבן די נר שעוה אין פארבינדונג מיטן יארצייט פון מיין פאטער אאמו"ר הרה"ג הרה"ח נבג"מ זי"ע.
ויתן השם יתברך עס זאל לייכטען בא יעדערע פון אייך מיט דער משפחה שליט"א דער מזל, אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך, דורכגענומען מיט אידישע לכיטיקייט בכלל און חסידות'שע ווארימקייט בפרט.
און אויף לאנגע יארען אויפנעמען די ברכות השם יתברך צו טאן אין ענינים פון תורה ומצות, מיט גוטען געוזנט, גוטע שטימונג, און אמת'ן נחת וואס דאס [איז] אידישער חסידות'שער נחת פון קינדער און קינדס קינדער שי'.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-yed3j4p1
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit