Letter 93
יום ה' י"א לחודש מנ"א, ה'תש"ג · להנדיב הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו' מוהר"ר...
ב"ה, יום ה' י"א לחודש מנ"א, ה'תש"ג
להנדיב הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו' מוהר"ר...
אונז וואונדערט וואס לעצטנס הערן מיר ניט פון אייך, אונז וואלט געפרייט ווען איר שרייבט אונז א בריוו ווי עס גייט אייך פערזענליך, און וואס טוט זיך וועגן פארשטארקן אידישקייט ביי אייך אין שטאט, ווי מיר האבן גערעדט ווען איר זייט דא געווען.
די חברה משניות בעל פה מעמבער קארט האבן מיר אייך ארויסגעשיקט, און זיכער האט איר עס באקומען.
עס וואונדערט אונז וואס איר האט נאך ניט באשטעלט די קובצים "היום יום" און חנוך לנער וועלכע זיינען לעצטנס דערשינען און וועלכע האבן ארויסגערופן אין דער חסידישער וועלט גרויס צופרידענקייט. זיכער האט איר זיי נאך ניט באשטעלט ווייל איר זייט ניט געווען אינפארמירט וועגן זייער דערשוינען און דערפאר שיקען מיר אייך ארויס צו פינף פון ביידע קובצים, פאר אייך און אייערע פריינד. אויב איר געפינט אז דאס איז צופיל קענט איר זיי די איבעריקע צוריק שיקען אויף אונזער חשבון.
אין דעם חדש החורבן - יהפך ב"ב לשמחה ולששון - דארפן מיר אלע געדיינקען, אז על מה אבדה הארץ (בבית ראשון) על מאסה של תורה (ב"מ פה, ב) ובבית שני - איבער שנאת חנם (יומא ט, ב)
און דער זכרון דארף ארויס רופן דעם שטארקן ווילן, אף טאן אלץ אין אהבת ישראל חנם בלא פני' (זע היום יום ט"ו כסלו וואס דער אלטער רבי - בעל התניא ושו"ע - האט געזאגט אין דעם), ובפרט אויף פארשטארקען חיבת התורה וואס דאס קומט דורך ערלקערן, אז עס איז חכמתו ית', ובכלל דורך התעוררות ליראת שמים.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 1
- Id
- rh-7jevs229
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit