עברית
Library

Letter 23

ב"ה

שלום וברכה!

[שלהי תש"ב]

גלייך ביי זיין אנקומען אין אמעריקע מיט צוויי און א האלב יאהר צוריק, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א אנגעהויבען אן אונערמידליכע ארבייט אויף צו וועקען די אמעריקאנער אידען צו תשובה, תורה ומעשים טובים, אויף קלאהר צו מאכע אז די גזרות קשות אויף אידען איז דאס די חבלי משיח, און אז איין רעטונג איז פאראן, און דאס איז -

"לאלתר לתשובה, וואס דורך דעם וועט זיין לאלתר לגאולה שלמה ע"י משיח צדקנו בחסד וברחמים".

די רייד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האבען געהאט זייער פעולה. אין ברייטע קרייזען פון דער אידישער באפעלקערונג האט זיך אנגעהויבען א תשובה-באוועגונג, און פארשידענע אידישע ארגאניזאציעס האבען אוועקגעשטעלט תשובה-פראפאגאנדע אויף זייער סדר-היום.

אום צו געבן יעדען די מעגליכקייט צו באקענען זיך מיט די רייד און בריף פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א וועגען "לאלתר לתשובה" און "לאלתר לגאולה", דרוקען מיר דערביי א זאמלונג פון א טייל רייד און בריף פאר דער לעצטער צייט.

מיר זיינען מעורר און האפען, אז די רבנים און די בני-תורה שי' און בכלל יעדער איינער ווער עס איז א בעל-השפעה וועט, אין איינקלאנג מיט דער אויפפאדערונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אויסנוצען די ימי-הסליחות און עשרת ימי-תשובה אויף:

א) קלאהר מאכען, אז די איצטיגע גזירות קשות אויף אידען איז דאס די חבלי משיח;

ב) מעורר זיין יעדען צו תשובה אמיתית וחזוק בקיום התומ"צ;

ג) דערקלעהרען דעם ענין פון טהרת האויר ע"י חזרת אותיות התורה, ובפרט משניות, אומעטום וואו מען מעג ע"פ דין;

ד) זעהן אז אלע זאלן זיך איינשרייבען אין חברות תהלים, וועלכע, איינשליסענדיג זיך אין דער חברת תהלים העולמית בירושלים תובב"א, וועלען זיך אזוי ארום באטייליגען אין איהר תפלה בעד כלל ישראל.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, לאלתר לתשובה - לאלתר לגאולה.

מנחם שניאורסאהן,

יושב ראש ועד הפועל

נדפסה בראש קובץ מכתבים ושיחות כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע, תשובה תהלים משניות בע"פ ותלמידי הישיבות, ע"י מחנה ישראל, שלהי תש"ב. אודותיו בסוף האגרת שלפנ"ז.

יושב ראש ועד הפועל: מחנ"י.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 1
Id
rh-2f8vg6h2

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit23