עברית
Library

Letter 62

ט' אדר שני, תש"ג · באסטאן

ב"ה ט' אדר שני, תש"ג

חשובה פאמיליע ראבינאוויץ, שי'

באסטאן

שלום וברכה!

דערמיט וויל איך אויסדריקן מיין טיפן מיט-געפיל צו אייער גרויסן פארלוסט פון אייער פאטער און מאן, הרב החסיד המפורסם לתהלה, וו"ח אי"א ר' דוד מאיר ז"ל.

מיר האבן אין אים געהאט א פערזענליכן, איבערגעבענעם פריינד, פאר אלע מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, און זיין אנדיינקען וועט בלייבן טיף איינגעקריצט אין אלעמענס הערצער.

המקום ינחם אתכם בתוך [שאר] אבלי ציון וירושלים.

חשובה פאמיליע ראבינאוויץ:

אזוי ווי עס פילט זיך יעצט א גרויסער מאנגל אין תניא'ס און עס שטייט אונז פאר די גרויסע נויטווענדיקייט איבערצודרוקן דעם תניא אין דער באלדיקר צוקונפט, וויל איך אייך פארלייגן צו שאפן א פאנד אויפ'ן נאמען פון אייער זעליגען פאטער און מאן צו לאזן איבער דרוקן דעם תניא לזכר נשמת הרב המנוח ר' דוד מאיר ז"ל.

איך דארף אייך ניט ערקלערן די וויכטיקייט פון דער זאך און דעם גרויסן נחת רוח וואס איר וועט דערמיט פארשאפן פאר דער נשמה פון גרויסן נפטר ז"ל. אונזער פריינד, הרב הוו"ח אי"א ר' ישראל שי' דזשייקאבסאן וועט אייך פערזענליך איבערגעבן ווייטערע פרטים, און איך האף, אז איר וועט דער זאך געבן אייער ערנסטן יישוב-הדעת.

בברכת אריכת ימים ושנים, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.

הרב מנחם שניאורסאהן

מהעתקה.

פארלוסט... ר' דוד מאיר: בב' אד"ש.

דרוקן... לזכר נשמת: לפועל נדפסה לעילוי נשמתו החוברת חנוך לנער (קה"ת תש"ג).

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 1
Id
rh-02aa8jk1

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit62