English
ספרייה

ספר השיחות

משיחות ש"פ תצא, י"א אלול ה'תש"נ

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

655משיחות ש"פ תצא, י"א אלול ה'תש"נ

א. תורה איז פון לשון הוראהא. יעדער ענין אין תורה, און זיכער די התחלה און נאָמען פון אַ גאַנצע פרשה בתורה, איז אַן אָנווייזונג, אַן אייביקעב אָנווייזונג אין דעם טאָג טעגלעכן לעבן פון אַן אידן, פון יעדן אידן, אנשים נשים וטף.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די הוראה נצחית פאַר יעדן אידן פון היינטיקער פרשה אין תורה — „כי תצא למלחמה על אויבך ונתנו ה' אלקיך בידך ושבית שביו"?

ובפרט אַז „כי תצא למלחמה" רעדט וועגן מלחמת הרשות („במלחמת הרשות הכתוב מדבר")ג, וועלכע איז ניט שייך, ניטאָ בזמן הזהד — וואָס איז די הוראה נצחית דערפון אין דער עבודה פון אַן אידן בכל הזמנים (אויך בזמן הזה) ובכל המקומות, ביז באופן פון „בכל יום יהיו (דברי התורה) בעיניך חדשים"ה?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין דעם פסוקו: א) דער לשון „כי תצא למלחמה", און ניט „כי תלחם" וכיו"ב. ב) „כי תצא למלחמה על אויבך" — אַן אויסדרוק שאינו רגיל — און ניט „עם אויבך", „נגד אויבך", אָדער „באויבך". ב) וואָס זיינען די צוויי ענינים פון „ונתנו ה' אלקיך בידך" און „ושבית שביו". ג) דער דיוק „בידך" דוקא. ד) פאַרוואָס שטייט „ושבית שביו", און ניט „ושבית שבי"ז סתם.

ב. אין דער עבודה פון אַ אידן זיינען פאַראַן בכללות צוויי חלקים: זיין עבודה אין קדושה — לימוד התורה און קיום המצוות. און זיין עבודה אין חלקו בעולם — צו מברר ומזכך זיין די גשמיות פון וועלט, און מאַכן דערפון אַ כלי צו הייליקייט און טלעכקייט. ובלשון הידועח — אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

דער אונטערשייד צווישן די צוויי עבודות — דריקט זיך אויך אויס אין דער אופן ווי מ'טוט די עבודה: די עבודה אין קדושה — איז בכלל בדרך שלום, ווייל מ'האָט דערביי ניט צוטאָן מיט „אויבך", אַ מנגד. משא"כ די עבודה פון בירור העולם — איז באופן של מלחמה, „כי תצא למלחמה על אויבך": „תחתונים" זיינען באַשאַפן געוואָרן אין אַן אופן אַז בגלוי זיינען זיי „אויבך" וועלכע זיינען מעלים און מנגד צו אלקותט, און מצד עצמם זיינען זיי שלא בערך און היפך פון (זיין אַ)656„דירה לו יתברך"י, און דעריבער דאַרף מען מלחמה האָבן מיט וועלט בכדי איר כובש זיין און איבערמאַכן פאַר אַ דירה צו דעם אויבערשטן, וואו דער אויבערשטער געפינט זיך בגלוי בכל עצמותו (אַזוי ווי אַ מענטש כביכול געפינט זיך אין זיין אייגענער דירה)יא.

נאָכמער: וויבאַלד אַז די מציאות פון „אויבך" — דער העלם והסתר פון תחתונים — איז באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן אַלייןיב, ער האָט באַשאַפן אַז גשמיות (פון עולם הזה) זאָל האָבן די תכונה פון „תחתון" (אַזוי ווי ער האָט באַשאַפן רוחניות מיט דער תכונה פון „עליון"), איז דאָך פאַרשטאַנדיק דער גודל התוקף פון דער מציאות המנגד (ניט בכח עצמו ח"ו, נאָר בכח פון דעם אויבערשטן וואָס האָט באַשאַפן דעם מנגד באופן כזה) — פאַרשטאַרקט דאָס נאָכמער די מלחמה וואָס אַ איד דאַרף דערמיט האָבן בכדי דערפון מאַכן אַ דירה פאַרן אויבערשטן.

ועפ"ז איז מובן דער לשון „כי תצא למלחמה", און „על אויבך": וויבאַלד אַז דער מקומו הקבוע פון אַ אידן איז אין תחום (די ד' אמות) פון קדושה (עליון), דאַרף ביי אים זיין אַ יציאה ממקומו צו גיין מלחמה האָבן מיט „תחתונים"יג. ובכדי ער זאָל וויסן ווי ער האָט דעם כח צו מנצח זיין אין דער מלחמה, אַ מלחמה כנגד אַ מציאות פון אַ תחתון, און אַזאַ תחתון וואָס איז אַזוי באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן — זאָגט דער פסוק אַז דאָס איז אַ יציאה למלחמה „על אויבך", למעלה מאויבךיד, דער איד (היוצא למלחמה) שטייט העכער פון (על) אויבך, וכדלקמן.

ובפרטיות יותר — איז דאָ די עבודה פון „כי תצא למלחמה על אויבך" אויך באַ דעם אדם עצמוטו: זיין גוף ונפש הבהמית זיינען בבחי' תחתון בערך צו זיין נשמה (נפש האלקית), און ער דאַרף אַרויסגיין אין אַ מלחמה — מלחמת היצר — צו בייקומען די נאַטירלעכע נייגונגען פון זיין גוף ונה"ב, און כובש זיין און מאַכן אַז זיי זאָלן ניט שטערן זיין עבודת ה', ביז נאָכמער — ער זאָל דינען דעם אויבערשטן אויך מיט זיי, „בכל לבבך — בשני יצריך"טז. און ער האָט אויף דעם דעם כח — זייענדיק (זיין נשמה) „על אויבך".

ג. אין דער מלחמה גופא (בעבודת ה') זיינען פאַראַן צוויי אופנים — מלחמת מצוה און מלחמת הרשות:

657דער אונטערשייד צווישן די צוויי אופני מלחמה איז פאַרשטאַנדיק פון פשטות החילוק ביניהם: מלחמת מצוה איז — „מלחמתיז שבעת עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם", מלחמת הרשות איז — „המלחמה שנלחם (המלך) עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו".

מלחמת שבעה עממים [ועד"ז — כיבוש עשר עממים לע"ל] איז אַ מצוה, אַ ציווי ע"פ תורה — צו כובש זיין ארץ כנען און מאַכן פון איר ארץ ישראל, ארץ הקודש, זייענדיק די לאַנד וואָס באַלאַנגט צו אידן; משא"כ די מלחמה „עם שאר העמים" איז ניט קיין מצוה, נאָר מלחמת הרשות, „כדי להרחיב גבול ישראל כו'", צו מרחיב זיין דעם גבול הקדושה אויך אין אַ מקום בעולם וואָס באַלאַנגט צו גויים.

ועד"ז אין עבודת ה'יח: מלחמת מצוה באַדייט די מלחמה מיט עניני העולם ע"פ ציווי התורה — די הוראות שבתורה ווי צו פאַרוואַנדלען גשמיות העולם (אָנהויבנדיק פון זיין גוף הגשמי) אין קדושה. כולל — די עבודה כפי המוכרח (ע"פ הוראות התורה) אין טאָן די דברי רשות שבעולם לשם שמים — „כל מעשיך יהיו לשם שמים"יט און „בכל דרכיך דעהו"כ. ע"ד ווי כיבוש ארץ ישראל — אַז מ'נעמט איין דעם חלק בעולם פון די שבעה עממים (ווען און ווי אָנגעזאָגט אין תורה) און מ'מאַכט דערפון ארץ ישראל, ארץ הקודש.

מלחמת הרשות באַדייט די מלחמה בעניני העולם „להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו" — מער ווי ס'איז מוכרח ע"פ דיני התורה. ער באַנוגנט זיך ניט מיט מברר זיין נאָר דעם חלק בעניני רשות וואָס איז אָנגעזאָגט אין תורה, נאָר ער איז מרחיב ומרבה אין דער עבודה צו מברר זיין אויך די אַנדערע חלקים (בעניני רשות) שבעולם, און מאַכן פון זיי קדושה. לדוגמא: זיין עבודה פון נהמא אפום חרבא ליכולכא (די מלחמה בבירור האכילה) — איז ניט נאָר אין עסן לחם צר און טרינקען מים לחץ, נאָר אויך ווען ער עסט בשר שמן און טרינקט יין ישן — טוט ער דאָס לשם שמים. ועד"ז אין בירור העולם: ער איז זיך ניט מסתפק מיט מברר זיין נאָר חלקו בעולם און דער חלק הכי מועט ע"פ ציווי התורה, נאָר ער זוכט אויס נייע ערטער בעולם וואָס ער קען מברר זיין, דורך דאָרט אויפשטעלן אַ בית הכנסת, אַ בית המדרש, אַ בית מעשה מצות.

ד. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם חידוש אין „כי תצא למלחמה כו'" וואָס רעדט וועגן מלחמת הרשות: די הוספה אין מלחמת רשות באַשטייט ניט נאָר אין כמות העבודה, אַז ער איז מרחיב גבול ישראל מער ווי ע"פ החיוב (במלחמת מצוה) — נאָר אויך אַ חידוש אין דעם עצם העבודה והמלחמה.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ תמי' אין דעם ענין פון מלחמת הרשות (בעבודת ה'):

דאָס וואָס אידן גייען במלחמת מצוה בכיבוש ארץ ישראל (מלחמת שבעת עממים) — איז דערפאַר וואָס דער אויבערשטער בתורתו האָט זיי אָנגעזאָגט צו658גיין אין דער מלחמה, און האָט אָנגעזאָגט אַז ער האָט אָפּגעגעבן ארץ ישראל צו אידן, במילא גייען זיי כובש זיין די לאַנד וואָס געהערט צו זיי. און דאָס איז אויך דער ענטפער אויף דער טענה וואָס אוה"ע קענען טענה'ן צו אידןכב „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים" — אַז „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גויםכג, כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונונטלה מהם ונתנה לנו".

בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן די אַנדערע ארצות שבעולם — האָט דאָס דער אויבערשטער ניט אָפּגעגעבן זיי צו אידן, נאָר צו גויים — איז היתכן אַז אידן זאָלן גיין במלחמת רשות צו כובש זיין די ארצות, אויף דעם איז לכאורה שייך און חל די טענה אַז „לסטים אתם"?!

ה. ועד"ז איז די תמי' בנוגע צו מלחמת הרשות בעבודת האדם:

דאָס וואָס אַ איד האָט בכח צו מלחמה האָבן און כובש זיין אַ חלק בעולם (וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן באופן פון „תחתונים" וועלכע האָבן מצ"ע קיין שייכות ניט מיט קדושה) — איז דערפאַר וואָס די תורה האָט אים אָנגעזאָגט ער זאָל אַזוי טאָן, און אָנגעזאָגט אַז דער חלק בעולם איז מלכתחילה באַשאַפן געוואָרן בכדי, מיט דער כוונה אַז מ'זאָל דערפון מאַכן קדושה.

והגם אַז מ'דאַרף אויף דעם אָקומען צו אַ מלחמה — איז דאָס דערפאַר וואָס אַזוי האָט דער אויבערשטער געוואָלט — נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים — אַז זיין דירה זאָל זיין דוקא אין תחתונים, וועלכע זיינען מצ"ע בבחי' „אויבך", און מ'דאַרף מיט זיי מלחמה האָבן צו מאַכן פון זיי כלים צו אלקות, כנ"ל.

ווי דאָס איז בנוגע צו די מלחמת מצוה פון כיבוש ארץ ישראל (מלחמת שבעה עממים): אע"פ וואָס דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען און אָפגעגעבן ארץ ישראל צו אברהם אבינו („לזרעך נתתי — כבר נתתי"כד), באופן אַז פון דעמולט אָן (אפילו נאָך איידער די אידן האָבן כובש געווען ארץ ישראל בפועל) געהערט ארץ ישראל צו אידן אויף שטענדיק — האָט דער אויבערשטער געוואָלט אַז די אידן זאָלן באַקומען ארץ ישראל בפועל ובגילוי דורך מלחמה (ווי דאָס איז געווען בפועל דורך כיבוש יהושע), אַז ארץ ישראל זאָל פריער זיין ברשות פון גויים [ביז אַז תורה רופט אַן ארץ ישראל „נחלת גויים", און תורה ברענגט אַרויס די טענה וואָס אוה"ע (קענען) האָבן אַז „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים" — וואָרום „ברצונו נתנה להם"], און דורך מלחמה זאָלן אידן כובש זיין דעם ארץ הגויים, און מאַכן דערפון ארץ ישראל, ארץ הקודש.

ביז אַז ס'איז אויך אַריינגעשטעלט געוואָרן (לכתחילה) אין דער בריאה דער כח אַז אידן זאָלן קענען כובש זיין ארץ ישראל (בכדי באַ זיי זאָל זיין מובן, זאָל זיך אָפּלייגן ווי מ'קען דאָס פון זיי פאַרלאַנגען אויך מצד גדרי העולם), מיט דער הסברה בשכל (פאַר די אוה"ע וואָס טענה'ן „לסטים אתם") — אַז „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים, כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו":

659דאָס איז ניט בלויז אַ הסברה מצד קבלת עול, אַז דער אויבערשטער קען טאָן וואָס ער וויל (מי יאמר לו מה תעשה), נאָר אויך אַ הסברה אין שכל האדם, אַז דער אויבערשטער, באַלד ווי ער האָט באַשאַפן ארץ ישראל — „בראה ונתנה" — האָט ער איר אָפּגעגעבן (במחשבה) „לאשר ישר בעיניו" (צו אידן), און דאָס וואָס „נתנה להם" איז — ווייל דער אויבערשטער איז מלכתחילה געווען „ברצונו" אַז דער אופן ווי אידן זאָלן באַקומען ארץ ישראל איז (ניט במתנה מלמעלה, נאָר) דורך דעם וואָס זי וועט פריער זיין ברשות, נחלת גויים, און אידן זאָלן איר דערנאָך נעמען במלחמה מיט די גויים — וואָרום נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, אַז דוקא פון אַן ארץ גויים, זאָלן אידן (דורך זייער עבודה) מאַכן ארץ ישראל, כנ"לכה.

במה דברים אמורים, בנוגע צו מלחמת מצוה, וואו מ'האָט דעם ציווי התורה צו מלחמה האָבן און אייננעמען דעם חלק בעולם און מאַכן דערפון קדושה — וואָס דאָס גופא איז מגלה אַז דער חלק בעולם באַלאַנגט צו אידן, און דאָס וואָס ער איז לכתחילה אָפּגעגעבן געוואָרן צו גויים איז בכדי אַז אידן זאָלן דאָס פון זיי כובש זיין;

אָבער בשעת עס רעדט זיך וועגן מלחמת רשות, אייננעמען אַ חלק בעולם אויף וועלכן מ'האָט ניט קיין ציווי בתורה — יש לכאורה מקום לומר, אַז דאָס האָט קיין אָרט ניט ע"פ תורה, ווייל דער חלק בעולם איז אָפּגעגעבן געוואָרן ברשות העולם (גויים), און אידן טאָרן דאָס ניט צונעמען, און דערפאַר איז ניטאָ קיין ציווי בתורה אַז מ'זאָל דאָס כובש זיין.

ואדרבה — אויב מ'איז דאָס כובש איז דאָס לכאורה בגדר פון „לסטים אתם", ווייל דער חלק העולם איז ניט אָפּגעגעבן געוואָרן צו אידן, מ'באַרויבט גשמיות העולם פון די ענינים וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן ברשותו דהעולם.

ו. אויף דעם קומט דער חידוש והוראה פון אַ פרשה שלימה בתורה — „כי תצא למלחמה", „במלחמת הרשות הכתוב מדבר": הגם אַז דאָס איז אַ מלחמת הרשות — איז דאָס אָבער אויך אַ מלחמה ע"פ תורה — „הכתוב מדבר" (און גיט כח) וועגן מלחמת הרשות, די עבודה צו מלחמה האָבן און כובש זיין נאָך טיילן פון וועלט (ניט נאָר ארץ ישראל) און מאַכן פון זיי קדושה — וואָרום די כוונה אין דער בריאה איז, אַז די גאַנצע וועלט זאָל ווערן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

און דאָס וואָס נאָר בנוגע צו ארץ ישראל שטייט אַז „נטלה מהם ונתנה לנו", ועד"ז אין עבודה, אַז עס זיינען דאָ נאָר געוויסע ענינים בעולם וועלכע די תורה זאָגט אָן אַז מ'דאַרף זיי מאַכן קדושה, משא"כ בשאר חלקי העולם שטייט ניט בגלוי דער תנאי אַז דאָס איז על מנת אַז אידן זאָלן דערפון מאַכן קדושה (הגם אַז מ'דאַרף מאַכן כל העולם כולו אַ דירה לו יתברך) — איז דער טעם אויף דעם, ווייל די עבודה האָט תורה אָפּגעגעבן ברשותו פון אַ אידן; דאָס קומט ניט ע"פ הציווי בתורה, נאָר דוקא דורך דעם חידוש פון עבודה בכח עצמו פון אַ אידן — מלחמת הרשות.

וואָס דורך דעם (מלחמת הרשות) קומט צו אַ שלימות (לגבי מלחמת מצוה) אין דער עבודה פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים וואָס ווערט אויפגעטאָן בדרך התחדשותכו, אַז אויך אין די תחתונים וואָס660מצ"ע הערט זיך אין זיי אָן ווי זיי זיינען ברשות העולם (און ניט ווי „נתנה להם" על מנת אַז עס זאָל זיין „נטלה מהם ונתנה לנו", וואָס אין דעם האָט מען די נתינת כח מלמעלה צו מאַכן דערפון ארץ הקודש), זאָל מען מאַכן אַ דירה לו יתברךכז.

ז. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:

וויבאַלד אַז סוף סוף איז מלחמת רשות ניט קיין חיוב מן התורה, נאָר אַ דבר של רשות — ווי קען אַ איד זיך איינשטעלן בסכנה דורך גיין במלחמה, וואָס אַ מלחמה איז פאַרבונדן מיט אַ סכנה [וכמ"ש (אין דער פרשה שלפנ"ז)כח — „ודברו השוטרים אל העם לאמר מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה גו'" (און דער פסוק חזר'ט דאָס איבער נאָך צוויי מאָל בנוגע צו „האיש אשר נטע כרם ולא חללו" און „האיש אשר ארש אשה ולא לקחה")].

ועד"ז אין דער מלחמה בבירור העולם: דורך דעם וואָס אַ איד לאָזט זיך אַראָפּ צו מברר זיין עניני העולם (דברי רשות), וואָס צוליב דעם דאַרף ער זיך מתלבש זיין בלבושי המתברר, קען דאָס אים שאַטן (ע"ד המתאבק עם כו'כט), אויך בנוגע צו שאר עניני העבודה שלו (כולל במלחמת מצוה).

בשלמא בנוגע צו מלחמת מצוה, די מלחמה בעניני העולם וואָס תורה האָט אויף זיי אָנגעזאָגט — האָט מען קיין ברירה ניט, ועוד ועיקר — מ'האָט די נתינת כח פון תורה צו מנצח זיין און עס זאָל ניט שאַטן ר"ל כלל; משא"כ במלחמת רשות — האָט מען דאָך ניט אויף דעם אַ ציווי מפורש בתורה, איז היתכן אַז מ'זאָל זיך אַליין אַריינשטעלן אין סכנה, היפך הציווי בתורהל „ונשמרתם מאד לנפשותיכם", און מיט אַ ספק — אפשר וועט ער מצליח זיין?!

ס'איז טאַקע דאָ אַן עילוי וחידוש אין דער עבודה פון מלחמת רשות לגבי מלחמת מצוה (כנ"ל), אָבער אויב דאָס ברענגט צו אַ סכנה, איז לכאורה בעסער ער זאָל אויסנוצן די צייט אין טאָן זיין עבודה נאָר בעניני קדושה, און אין בירור העולם ע"י מלחמת מצוה, וואו ער האָט די נתינת כח והבטחה אַז ער וועט זיכער מצליח זיין?!

און נאָכמער: דורך דעם (די סכנה במלחמת רשות) שטעלט ער איין דעם המשך העבודה שלו (אַלס אַ נשמה בגוף) בקיום ציוויי התורה (כולל — מלחמת מצוה, ווי מלחמת עמלק בסיום פרשתנו וכיו"ב) — און צוליב וואָס? צוליב אַ מלחמת רשות! בעסער ער זאָל טאָן אין קיום ציוויי התורה (וואו ער האָט אַ כח פון תורה צו מצליח זיין), איידער ח"ו טאָן אַ זאַך וואָס אין דעם איז אַ ספק צי ער וועט מצליח זיין, און עס קען זיין אַז דאָס וועט אָנרירן ח"ו עניני העבודה שלו בעתיד.

[מובן ופשוט אַז מ'קען ניט ענטפערן, אַז וויבאַלד „אדם לעמל יולד"לא און „מ'האָט ניט וואָס צו טאָן" — דעריבער גייט מען במלחמת רשות — וואָרום אַ איד האָט אַלעמאָל וואָס צו טאָן אין לימוד התורה וקיום המצוות, און ניט גיין במלחמה און זיך שטעלן בסכנה אויף אַ זאַך וואָס תורה האָט אים ניט אָנגעזאָגט].

661ח. ויש לומר אַז אויך דאָס איז נכלל אין דעם חידוש אין אונזער פרשה — „כי תצא למלחמה על אויבך": וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ גאַנצע פרשה בתורה וועגן מלחמת הרשות — איז פאַרשטאַנדיק אַז ע"פ התורה („הכתוב מדבר") דאַרף ביי אַ אידן זיין (אויך) די עבודה, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס זי איז פאַרבונדן מיט סכנה [ונוסף לזה — האָט מען אויף דעם אויך די נתינת כח מלמעלה — „ונתנו ה' אלקיך בידך ושבית שביו"לב].

און הגם אַז דאָס זיינען הפכים: מען זאָגט אַז אַ איד דאַרף אַליין אויסקלייבן גיין אין דער מלחמה (זי איז מלחמת הרשות), הגם זי איז פאַרבונדן מיט סכנה, און צוזאַמען דערמיט האָט ער אַ ציווי בתורה „ונשמרתם מאד לנפשותיכם" — איז ידוע, אַז וויבאַלד אידן זיינען פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, וואָס ער איז נושא הפכים, דעריבער מאָנט מען אויך הפכים אין דער עבודה פון אַ אידן, כולל די הפכים הנ"ל בנדו"ד.

ועפ"ז יש לומר בעומק יותר — בביאור ענין מלחמת הרשות:

וויבאַלד אַז אַ איד איז פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, וואָס ער איז נושא הפכים — האָט ער אַן אמת'ן כח ההתחדשות צו אויפטאָן דעם חיבור הפכים הנ"ללג אין דער עבודה פון מלחמת רשות:

די מציאות העולם („אויבך") האָט אַ תוקף (וואָס קומט פון דעם אויבערשטן וועלכער האָט באַשאַפן די „אויבך"), ביז אַ תוקף אַלס אַ מציאות בפ"ע וואָס באַלאַנגט ניט צו רשות הקדושה [ניט אַזוי ווי ארץ ישראל, וואָס בתחלת הבריאה איז מלכתחילה אַריינגעגעבן געוואָרן אין איר אַז דאָס געהערט צו אידן], און ס'איז דאָ אַן אָרט אַז ע"פ שכל זאָל זיין אין דעם אַ סכנה און אַ ספק ווי מ'קען אים מנצח זיין (און דערפאַר קען זיין אַז די „אויבך" זאָלן נעמען שבי ובאופן אַז דאָס ווערט „שביו"), און מ'דאַרף אָנקומען צו אַ מלחמה בכדי מנצח זיין אויבך, איבער די „אויבך";

און צוזאַמען דערמיט האָט אַ איד (זייענדיק פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן) דעם כח פון („הכתוב מדבר" —) „כי תצא למלחמה", במלחמת הרשות — צו אויפטאָן אַ חידוש אין דער בריאה, אַז ניט קוקנדיק וואָס זי איז אַ מציאות בתוקף פון עולם (און דעריבער זעט אויס לעיני בשר אַז די מלחמה איז פאַרבונדן מיט סכנה) — איז ער זיכער מצליח אין כובש און מנצח זיין איבער כל חלקי העולם און מאַכן דערפון אַ דירה לו יתברך, ווי דער פסוק איז ממשיך — „ונתנו ה' אלקיך בידך ושבית שביו": בשעת עס וועט זיין „תצא למלחמה", וועט דאָס אַליין שוין ברענגען אַז „ונתנו ה' אלקיך בידך"לד, בידך דוקא662— אַז אידן ווערן אויף דעם אינגאַנצן בעה"ב, און נאָכמער — „ושבית שביו", אויך די זאַכן וואָס זיינען געפאַלן בשבי' בידי „אויבך", ווערן איבערגעגעבן ונהפך צו קדושהלה.

און דער טעם אויף דעם איז — ווייל אַ איד בעצם מציאותו איז (לכתחילה) „על אויבך", למעלה מאויבך; אַ איד ווי ער איז איין זאַך כביכול מיט דעם אויבערשטן איז ער לכתחילה העכער פאַר כל מציאות העולם, און דערפאַר האָט ער דעם כח צו מלחמה האָבן און אייננעמען די גאַנצע וועלט (וועלכע באַלאַנגט כולו, צו דעם אויבערשטן) אויף מאַכן דערפון אַ דירה לו יתברך [משא"כ דאָס וואָס די וועלט איז צוטיילט אויף ארץ ישראל ושאר הארצות — איז דאָס ווי אידן זיינען פאַרבונדן און בערך צו עולם, נאָר אין עולם עצמו — איז זייער חלק ארץ הקודש, המקודשת משאר הארצותלו].

דאָס הייסט, אַז אין דער מלחמה (ע"פ תורה) פון אַ אידן בבירור העולם זיינען פאַראַן צוויי אופנים: (א) מלחמת מצוה — וואָס איז אַ מלחמה פאַרבונדן מיט אַ חלק מיוחד אין עולם (ארץ ישראל, ובעבודה — די דברים גשמיים מיט וועלכע מ'איז מקיים אַ מצוה ועניני קדושה), וואָס דאָס איז שייך בעיקר צו דער דרגא אין עבודה ע"פ ציוויי התורה, ווי דיני תורה זיינען פאַרבונדן מיט די חילוקי מקומות שבעולם, בהתאם צו די חילוקים צווישן אידן און גויים (ארץ ישראל און שאר הארצות), קדושה און חול, (ב) מלחמת רשות — וואָס איז שייך צו כל עניני העולם, קומענדיק פון די דרגא ווי אידן זיינען „על אויבך", ביז — איין זאַך כביכול מיט עצמותו ית', שלמעלה פון אַלע חילוקי דרגות שבעולם בין חול וקודש וכו'.

ט. וכשם ווי דאָס איז אין דער מלחמה בבירור העולם, אַזוי איז דאָס אויך בפרטיות יותר אין דער מלחמת היצר פון אַ אידן אין זיין אייגענע פרטית'דיגע עבודה בבירור הגוף ונה"ב (כנ"ל סוס"ב), אַז אויך לאחרי וואָס אַ איד האָט פאַרענדיקט די „מלחמת מצוה" (וויפל ער איז מחוייב ע"פ הציווי), דאַרף ביי אים זיין „מלחמת הרשות", „כדי להרחיב גבול ישראל כו'".

ויש לומר אַז דאָס איז ע"ד המבואר אין תניאלז בביאור מאחז"ללח עה"פלט „ושבתם וראיתם בין צדיק לרשע בין עובד אלקים לאשר לא עבדו", „עבדו ולא עבדו תרווייהו צדיקי גמורי נינהו ואינו דומה שונה פרקו מאה פעמים ושונה פרקו מאה פעמים ואחד" — אַז „ההפרש בין עובד אלקים לצדיק שעובד הוא לשון הוה שהוא באמצע העבודה שהיא המלחמה עם היצה"ר להתגבר עליו כו' שהוא באמת עבודה ועמל גדול להלחם בו תמיד, והיינו הבינוני, אבל הצדיק נקרא עבד ה' בשם התואר כו', כבר עבר וגמר לגמרי עבודת המלחמה עם הרע כו'",

און ער איז ממשיך און מבאר, אַז עד"ז איז דער אונטערשייד (אין אַ בינוני עצמו) צווישן די עבודה ע"פ טבע דקדושה („שהוא מתמיד בלימודו בטבעו", אָדער „הרגיל עצמו ללמוד בהתמדה גדולה ונעשה ההרגל לו טבע שני"), וואָס דאָס ווערט אָנגערופן „לא עבדו", ווייל אין דעם איז ניטאָ קיין מלחמה, און „עובד אלקים" איז דער וואָס איז לוחם און משנה טבע רגילותו — כמבואר שם בביאור הענין ד"עובד אלקים מי ששונה פרקו663מאה פעמים ואחד" — ווייל „בימיהם הי' הרגילות לשנות כל פרק מאה פעמים כו', ולכן זאת הפעם המאה ואחת היתירה על הרגילות שהורגל מנעוריו שקולה כנגד כולן ועולה על גביהן ביתר שאת וביתר עז להיות נקרא עובד אלקים כו'".

דאָס הייסט: אפילו ווען איינער האָט מקיים געווען „מלחמת מצוה" מיט זיין גוף ונה"ב — ער האָט מיט זיך געאַרבעט און גע'פועל'ט אַז דער הרגל שלו אין עניני קדושה איז געוואָרן זיין טבע שני, ביז נאָכמער — ער האָט פאַרענדיקט די „מלחמת מצוה" (ווי דאָס איז ע"פ ציווי התורה) מיט זיין גוף ונה"ב, ביז אַז ער ווערט אַ צדיק גמור (זיין עבודה בתומ"צ איז בתכלית השלימות) — וואָלט מען געקענט מיינען, אַז איצטער דאַרף ער שוין מער קיין מלחמה ניט האָבן, וואָרום זיין טבע איז געוואָרן אַ טבע דקדושה און ער איז שוין אַ צדיק גמור, במילא קען ער זיך עוסק זיין נאָר אין „ילכו מחיל אל חיל"מ אין עניני קדושה, איידער זוכן נאָך אַ מלחמה.

אויף דעם זאָגט מען אים, אַז די תכלית השלימות אין עבודה איז — ער זאָל זיין אַן „עובד אלקים", וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס ער באַנוגנט זיך ניט מיט דער מלחמה וועלכע איז געווען ע"פ ציווי התורה, נאָר ער פירט אַ „מלחמת הרשות" („כי תצא למלחמה")מא צו משנה זיין אויך דעם טבע הקדושה שלו, וואָס דורך דעם ווערט נאָך אַ גרעסערער חידוש ווי דורך דער מלחמה מיטן יצר הרע [ע"ד האמור לעיל (סוס"ז), אַז די שלימות ההתחדשות בעולם ווערט אויפגעטאָן מערער דורך מלחמת הרשות ווי דורך מלחמת מצוה].

נאָכמער: אפילו אויב ער האָט שוין געהאַט די „מלחמת הרשות" און האָט משנה געווען טבע רגילותו בעבר — וואָלט מען לכאורה געקענט מיינען, אַז דאָס איז שוין גענוג, און צוליב וואָס — טענה'ט דער יצר — דאַרף ער זיך ווייטער אַריינלאָזן אין אַ מלחמה וסכנה (צי איז כדאי זיך אַריינלאָזן אין מלחמה בכדי באַקומען נאָך אַ טיטול „עובד אלקים"?! . . . — זאָגט מען אים, אַז די שלימות איז דוקא בשעת ער איז אַן „עובד אלקים" לשון הוה, אפילו ווען ער האָט שוין געלערנט פרקו מאה פעמים ואחד און דאָס איז געוואָרן טבע רגילותו — דאַרף ער לערנען מאה פעמים ושתים, א. א. וו.

י. דערפון האָט מען אויך אַ הוראה בנוגע צו דעם איצטיקן זמן — חודש אלול:

דער יצר קען קומען און טענה'ן צו אַ אידן: וויבאַלד אַז כל ישראל בחזקת כשרותמב, האָט דאָך יעדער איד זיכער מקיים געווען אַלע עניני עבודה פון חודש אלול, און ניט נאָר איין טאָג, נאָר ס'איז שוין דורך העכער ווי צען טעג אין דעם חודש, צען טעג נאָכאַנאַנד פון דער עבודה פון „אני לדודי ודודי לי"מג, און הוספה בלימוד התורה וקיום המצוות בהידור, מיט אַלע ענינים וואָס אידן זיינען מוסיף בחודש אלול (כמדובר אין די פריערדיקע התוועדויותמד) — במילא, קען664מען זיך איצטער „אָפּרוען", אָדער עכ"פ — ממשיך זיין טאָן די עבודה, אָבער בסדר והדרגה, ובפרט אַז מ'האָט שוין די רגילות בזה במשך עשר ימים רצופים וכו' וכו'. און אפילו אויב מ'וויל מוסיף זיין אין דער עבודה — קען מען אין דעם מוסיף זיין, אָבער ס'איז ניטאָ קיין הכרח צוצוגיין צו דעם בדרך „מלחמה", מיט אַ רעש און שטורעם — וואָרום מ'האָט שוין לכאורה ניט מיט וואָס צו מלחמה האָבן. און אפילו אויב ס'איז פאַראַן מיט וואָס צו מלחמה האָבן — איז בעסער טאָן די עבודה אין קדושה, איידער האָבן צוטאָן מיט מלחמה, וואָס פאַרלאַנגט תצא למלחמה.

און די שאלה איז נאָך שטאַרקער בדורנו זה במיוחד: זייענדיק דער דור האחרון אין גלות (ולאחרי דער ריבוי ענינים פון עבודת המלחמה וואָס אידן האָבן געטאָן במשך הדורות ביז וכולל דור זה), וואָס וועט אויך זיין דער דור הראשון אין גאולה — וואָלט לכאורה מער געפאַסט אַז מ'זאָל זיך גרייטן צו טאָן די עבודה לע"ל באופן פון עליות (ילכו מחיל אל חיל) אין קדושה עצמה, איידער זיך פאַרנעמען מיט עניני מלחמה.

אויף דעם האָט מען די הוראה פון דער פרשה „כי תצא למלחמה על אויבך" (וואָס מ'לייענט אַלעמאָל אין חודש אלולמה), אַז מ'דאַרף טאָן די עבודה פון חודש אלול באופן של מלחמה, סיי בנוגע צו זיך אַליין — לוחם זיין און משנה זיין טבע רגילותו, אויך טבע הקדושה, און סיי בנוגע צו דער עבודה בעולם — צו לוחם און כובש זיין די חלקים בעולם וואָס זיינען נאָך ניט אינגאַנצן דורכגענומען מיט קדושה, און מאַכן פון זיי אַ דירה לו יתברך.

ובנוגע לדורנו זה — איז אדרבה: זייענדיק דער לעצטער דור אין גלות און דער ערשטער דור פון גאולה — ליגט אויף אונז נאָכמער די אחריות צו פאַרענדיקן די מלחמה, און צוגרייטן די וועג צו „ילחם מלחמות ה'" פון משיח צדקנומו [ועד"ז דורך דעם ניצוץ משיח שבכל א' מישראלמז].

יא. ובנוגע לפועל:

יעדער איד זאָל מוסיף זיין — באופן של מלחמה ושינוי הטבע — אין אַלע ענינים פון חודש אלול, ובכללות — די עבודה פון „אני לדודי ודודי לי", די התקרבות פון אידן צו דעם אויבערשטן מתוך אהבהמח (ושמחה), דורך קיום התורה ומצוותי'.

ובמיוחד — דורך הוספה בלימוד התורה (ובפרט — מתוך אהבה), וואָס דורך דעם ווערט מען ספּעציעל נתאחד מיט דעם אויבערשטן (וועלכער האָט זיך „אַריינגעגעבן" בתורתו, „אנא נפשית כתבית יהבית"מט), אין אַ „יחוד נפלא כו'"נ,

665מוסיף זיין בעצמו אין לימוד התורה, און אויך ווירקן אַז נאָך אידן — אנשים נשים, ובהדגשה מיוחדת — טף, תינוקות של בית רבןנא — זאָלן מוסיף זיין בלימוד התורה, ובפרט — אין שיעורי תורה ברבים.

און אויך — דורך נתינת הצדקה, וואָס איז מאחד אידן צוזאַמען, וואָס דאָס ווערט אַ כלי צו אהבת ה' און אהבת ישראל ע"י הקב"ה („אני לדודי ודודי לי").

און אויך אין די אַנדערע קוי העבודה פון חודש אלול — עבודת התפלה, עבודת התשובה, און די שלימות בכל זה — באופן של גאולהנב.

יב. ומענין לענין:

חודש אלול איז אויך אַ הכנה צו ראש השנה און די מועדים פון חודש תשרי בכלל (אָנהויבנדיק פון ר"ח אלול, שלשים יום קודם ראש השנה, ובפרט פון ט"ו אלול — שבועיים קודם ר"ה, און שלשים יום קודם חג הסוכות). דעריבער איז דאָס אַ זמן המתאים צוצושטעלן די צרכי החג צו אַלע די וואָס דאַרפן דערצו אָנקומען, אָנהויבנדיק פון ראש השנה — ווען מ'האָט דעם חיוב פון „אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו"נג (כמדובר כמ"פ בארוכהנד), ועד"ז די צרכי החג פון ערב יוהכ"פ און מוצאי יוהכ"פ, און דערנאָך — חג הסוכות, שמיני עצרת ושמח"ת.

ובהדגשה מיוחדת בקביעות שנה זו — ווען די צוויי טעג ראש השנה (אויך אין ארץ ישראל) פאַלן אויס ביום חמישי וששי, ובמילא פירן זיי גלייך אַריין אין יום השבת, ועד"ז (אין חוץ לארץ) אויך בנוגע צו חג הסוכות און שמיני עצרת ושמחת תורה — דאַרף מען צושטעלן די צרכים פון ג' ימים רצופים.

ויהי רצון, אַז דאָס זאָל נאָכמער צוגעבן אין דער ברכת כתיבה וחתימה טובה צו יעדער און צו אַלע אידן, לשנה טובה ומתוקה, בטוב הנראה והנגלה, בגשמיות וברוחניות גם יחד,

ביז די ברכה הכי עיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וואָס ילחם מלחמת ה' וינצח, „ונתנו ה' אלקיך בידך", און „ושבית שביו" — דעם עיקר שבי' (וואָס אוה"ע האָבן זיך געיאָגט נאָך איר) — דער בית המקדש, דורך דעם וואָס עס קערן זיך אום די משכנות פון בית ראשון ובית שנינה, צוזאַמען מיט משכן שעשה משה, ועוד ועיקר — בנין בית המקדש השלישי, מקדש אד' כוננו ידיךנו,

און עס ווערט מקויים בפשטות דער „(והי'נז כי) תבוא אל הארץ גו' ולקחת מראשית כל פרי האדמה גו'", און מ'ברענגט די ביכורים אין ביהמ"ק השלישי,

און מ'האָט דעמולט אויך די שלימות ענין המלחמה, „כי תצא למלחמה" — מלחמה מלשון לחם — „לחמי לאשי"נח די עבודת הקרבנות אין ביהמ"ק,

וכל זה — תיכף ומיד ממש.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8j6rkpzk

נדפס ב

פעילות אחרונה

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · אושרה
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · אושרה

כל מה ששייך לכאן