פורים תרצ"א
203
בחבירו, וואָס אויף דעם צווייטן איז אַ חוץ דעם וואָס אויף יענעם האָט ער ניט קיין שום לימוד זכות, אלא אדרבה ער האָט נאָר קושיות און חוב, איז דעם אַנדערנס רע איז באַ אים זייער גרויס און האַרב, און ער רעהט אין דעם ברבים (נגד האמת ווי עס דאַרף זיין להוכיח את חבירו באהבה וחיבה ובחשאי כו' כמ"ש במ"אז) און מדבריו איז ניכר אַז ער איז זיך מצטער על זה, איז באמת איז דאָס זיין אייגענער רע, שזהו פירוש תיסרך רעתך, דיין אייגענער רע. דערפאַר איז פאַראַן מענטשן וואָס זעען ניט קיין רע אין דעם אַנדערן. אָט דאָס וואָס הרב הקדוש מבארדיטשוב נ"ע האָט מלמד זכות געווען אויף אידן איז דאָס ניט קיין ווערטלעך, ער האָט אין יעדערן געזען דעם טוב וואָס אין אים איז.
אין רע איז פאַראַן צוויי אופנים, צוויי מיני רע. פאַראַן אַ רע וואָס מיא מוז אים מדחה זיין, ווי עס שטייטח צא טמא יקרא לו. מיא דאַרף אים אַרויס וואַרפן ווי אַ אומריינע זאַך, מיא קען פון אים גאָרנישט מאַכן, נאָר דחייתו זהו תקנתו. און פאַראַן אַ רע וואָס שבירתו זהו תקנתו, אַז מיא צוברעכט אים אויף שטיקלעך איז יעמולט פאַראַן אַזעלכע שטיקלעך וואָס אַז מיא זאָל דאָס איבערמאַכן קען מען עס פאַרניצןט.
ועל דרך משל אַז מיא ברענגט אַ כלי צו אַ בעל מלאכה אויף פאַרריכטן קוקט ער גוט אַרום די כלי, אַלע חלקי הטוב און חלקי הרע וואָס אין דער כלי איז, און צו ברעכט זי בכדי פאַנאַנדער טיילן די שלעכטע בעזונדער און די גוטע בעזונדער. דער צוברעכן איז התחלת התיקון, דאָס הייסט דאָס איז אַ התחלת הבירור, איז במילא דער צוברעכן אויך מיט אַ סדר, איז וואָס עס טויג ניט וואַרפט ער גלייך אַרויס, און דאָס וואָס טויג אפילו יע מוז מען דאָס פריער גוט אויסרייניקן, אַראָפּנעמען דאָס וואָס עס איז אָנגעוואקסן, און יעמולט קאָן [מען] דאָס ניצן.
און אַזוי איז אין עבודה אַז די ערשטע זאַך דאַרף זיין דער בעטראַכטן די כלי. דאָס הייסט די התבוננות אין זיך מכח זיך, וואָס טוט זיך מיט אים, און וואָס וועט פון אים זיין, וואָס די התבוננות פועלט אַ חלישות כללי אין די מדות, וכנ"ל ווי די ערשטע וואַסער וואָס האַקט אָפּ לרגע לכל הפחות דעם קאָך פון דעם גרויסן ברען, אָט אַזוי איז די התבוננות מכח עצמו פועלט אַ כלליתדיקע השפעה אויף זיינע מדות אַז ער זאָל קאָנען צו גיין נעהנטער צו די פרטי המדות בעטראַכטן די חלקי הטוב וואָס באַ אים איז פאַראַן און די חלקי הרע.
לאחר דער התבוננות דאַרף זיין די שבירה וכנ"ל אַז די שבירה דאַרף זיין מיט שכל, דאָס הייסט עפ"י דיני התורה. אָבער דאָס מוז זיין בכח דאָס הייסט בתעניתים וסיגופים, הכל לפי ערך ולפי מצבו. והעיקר אַז די חלקי הרע זאָל ער גלייך אַרויסוואַרפן בכח גדול, ווי עס שטייט ובערת הרע מקרבך, אָבער זיין רע, דאָס הייסט אויסראַמען די שלעכטע וואָס ביי זיך איז פאַראַן הן מדות רעות, הן עין רע, הן פה רע, וואָס פאַר אַ אופן רע עס זאָל ניט זיין מוז מען דאָס אויסראַמען אַז בל יראה ובל ימצא.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-b1vgdws5
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.