עברית
Library

י"ט כסלו תרצ"א

175

אשר הי' נגד נאַפּאליאןיב.

ושאל אחד מהיושבים פאַר וואָס רעכנט מען עפּעס ניט דעם זיצן, אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט און דאָס איז דאָך דער יום טוב של גאולה.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א יע י"ט כסלו איז אַ יום טוב, היום הרת עולם, היינט זיינען חסידים געבאָרן געוואָרן, און בכל שנה ושנה איז דאָס דער ראש השנה פון חסידות, דער רבי האָט געהאַט מסירת נפש אויף חסידים ניט אויף חסידות, חסידות איז דער פאַרשטאַנד און חסידים איז די עבודה. דער רבי האָט געהאַט מס"נ אויף עבודה מיא זאָל זיך ניט נאַרן, מיא זאָל אַלע מאָל און אין אַלע צייטן, וויסן וואו מיא שטייט אין דער וועלט.

נאָר דאָס וואָס ער איז געזעסן אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט האָבן אַלטע חסידים גערעכנט איינע פון די צעהן זכותים וואָס דער רבי האָט זוכה געוועןיג.

באַ אַ פנימי איז יעדער זאַך הן גוטע אָדער חלילה פאַרקערט אַ טיפע איבערלעבונג, ווי מיר זעהן במוחש אין טבעי בני אדם פאַראַן אַזעלכע וואָס הן די גוטע כו' לעבן זיי דאָס גרינג און געך איבער, דאָס רופט מען אַ חיצון ניט קיין יסודותדיקער מענטש, דאָס איז אַ קל הדעת, דעת איז דאָך התקשרות*13 צוגעבונדן און איינגעשלאָסן מיט דעם וואָס ער איז פאַרבונדן, און קל הדעת הייסט אַ גרינגער און שוואַכער פאַרבונד, אָבער באַ אַ פנימי איז אַלץ טיף, אַלץ קומט פון פנימיות המוח און דערלאַנגט אין פנימית הלב, ומכל שכן אַ עצמי דאָס איז שוין גאָר אַ אַנדער זאַך.

דער רבי איז געווען אַ עצמייד, לבד זאת וואָס בכלל נשמות הגבוהות זיינען אין דער מדריגה פון עצמי ניט התפשטות (כידוע בענין הב' מדריגות שבאור, אור מתפשט ואור עצמי) ומכל שכן נשמה דאצילותטו, איז דער רבי געווען אַ עצמי מצד העבודה, והיינו זיין עבודה איז געווען אין דער מדריגה ווי אַ משפיע וואָס מקבלים קאָנען האָבן אין דעם אַ קצת תפיסא והשגה.

אין דעם עצם המוחין ומדות פון רבי'ן קאָנען מיר קיין שום השגה ותפיסא ניט האָבן, באַ אונז איז דאָס במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקורטז. וואָס מיר קאָנען יע עפעס האָבן אַ אפס קצה השגה ותפיסא איז אין מעשה כמו שנראה הנהגת רבינו עם תלמידיו, עם חסידים מיט סתם אידן, אין יעדער הנהגה, אין יעדער וואָרט, פון יעדער אגרת הקדש וואָס דער רבי רעט בעניני התפלה, הן בהעבודה פנימית שבתפלה והן בהאזהרה הגדולה שלא

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1fe59p45

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources