עברית
Library

ליל שמחת תורה תרצ"א

164

סאָקסה, טאָמער וועל איך האַלטן אין שמונה עשרה זאָלסטו אַ וויילע צו וואַרטן, באַ קיינעם זאָלסטו ניט בעטן עסן נאָר באַ מיר. און יענעם יאָר האָב איך גיפאַסט, און דער נאָך דעם אַנדער יאָר איז דאָס שוין גיווען בפשיטות וכו' (בעת ערסו האָט דערמאָנט דעם וואָרט דער טאַטע, האָט ער גיזאָגט, איך זאָג ניט אויף דעם טאַטן נשמתו עדן, ערשטנס בין איך ניט קיין אַדרעסן שרייבער, און ווידער פאַר מיר איז דער טאַטע ניט נסתלק גיוואָרן וכו'סז).

סוכות איז די ווינטן וואָס בלאָזן, אוצרות רוח, וואָס זיי בלאָזן אויף די צמחים ווי זיי ליגן נאָך אין דער ערד, שמיני עצרת איז ווי דער קנה הצמיחה וואָס די יושבי הארץ דערקענען פון די דשאים קטנים דעם אופן הצמיחה וואָס וועט זיין, וואָס דעם אופן הצמיחה מיינט מען ניט אין כמות נאָר מען מיינט אין דעם ענין השביעה (זאַטקייט), וואָרום עס איז פאַראַן אַמאָל אַז די תבואה הגם זי איז ווייניק אין כמות, אָבער זי איז אַ תבואה וואָס זעטיקט, און אַזוי איז פאַראַן פאַרקערט וכו'. וואָס דעם סדר הצמיחה ווייסן מיר וויילע אַזוי שטייט אין זהר, און אין חסידות ווערט דאָס נתבאר וואָס דאָס איז הן אין עבודה פון די ענינים וואָס בכל השנה און הן אין דער עבודה וואָס בנפש האדם איז.

מיא זאָל מיך פרעגן ווי די וועלט פירט זיך אין ראש השנה ווייס איך ניט, איך ווייס נאָר ווי מיא האָט זיך גיפירט אין ליובאַוויטש, אין גן עדן התחתון און אין גן עדן העליון.

גיוויס געדענקען אַלע וואָס מיא האָט אַמאָל גירעטסח אַז דעם רבינס חסידים, דעם אלטן רבינס חסידים, פלעגן רופן דעם חדר וואָס מיא האָט דאָרטן גיוואַרט אויף יחידות, גן עדן התחתון, און דעם חדר וואו דער רבי איז גיזעסן האָבן זיי גירופן גן עדן העליון. באַ זיי איז גיווען דער רבי און חסידות די מדריגה פון עולמך תראה בחייךסט, דאָס איז גיווען זייער לעבן און דאָס איז גיווען זייער גן עדן אויף דער וועלט, און אַזוי איז באַ חסידים מקושרים בהתקשרות אמיתי.

שמיני עצרת איז דער מריבוי' וטפוי', שמחת תורה איז דורך דעם ריקוד איז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-n4mp8amh

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources