ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א
249
הבנה חסידות איז ידיעה מיט אַלע העכסטע ענינים פון דעת, חסידות איז עבודה שבלב, אין לב און מיטן לב, חסידות איז בין אדם למקום און חסידות איז בין אדם לחבירו, מדות טובות בפועל.
חסידות איז אַ מאור. עס איז דאָ מאורי אור און מאורי אש. ווי ער זאָגט אין זהרי אינון נהורין דסלקין לעילא אקרון מאורי אור, ואינון נהורין דנחתין לתתא אקרון מאורי אש. אור און אש זיינען ביידע פעולות, אור לייכט און אש ברענט, וואָס דער כח הפועל לפעול את הפעולה הנה הוא בעצמו נקרא ג"כ פעולה, וזהו מאורי אור ומאורי אש.
אור און אש, איז גילוי והעלם, אור וכלי, קירוב און ריחוק, כי פעולה שלמה היא דוקא כאשר באה במזיגה והרכבה נכונה, וכמו בהשפעת השכל מהרב אל התלמיד, הנה הפעולה האמיתית הוא כשההשפעה של הרב פועלת בהתלמיד התפתחות כשרונותיו והתרחבות כלי שכלו.
חסידות איז דער מאור הכללי, וואָס איז כולל מאורי אור און מאורי אש, עס לייכט און עס ברענט, עבודת המוח ועבודת הלב. עבודת המוח איז מאורי אור, עבודת הלב איז מאורי אש.
עבודת המוח איז מאורי אור, עס לייכט, ער שטייט במקום אורה, ער פילט דאָס וואָס דער שכל בענעמט ניט, און מיא הערט אין טיפקייט פון מוח אָט דאָס וואָס שכל אנושי קען ניט פאַרשטיין, ער לעבט אין ליכטיקייט, אַז וואו ער גייט שיינט אים אור, וואו ער שטייט זעהט ער אַלץ העכער און איידעלער ווי דאָס וואָס די עיני בשר זעהען די גשמיותדיקע זאַכען, און אפילו די אַלע ערדיגע חומריותדיגע זאַכן, וואָס סתם מענטש רופט דאָס טבע, זעהט ער דעם אמת, דעם אמת הוי' לעולםיא, ווי עולם וואָס איז טבע איז למעלה מהטבע.
עבודת הלב איז מאורי אש, עס ברענט און עס קאָכט און עס פלאַקערט ווי עס שטייטיב בהגיגי תבער אש, ער ברענט און אַרום אים ברענט אַלץ, יעדער זאַך וואָס ער טוט, לא מיבעי בעת התפלה וואָס דאָס איז די עלי' בסולם המוצב ארצה וראשו מגיע השמימהיג, און דאָס איז דאָך דער זמן פון עת רצון, וואָס א"ס ב"ה האָט געגעבן נש"י, אַז זיי זאָלן קענען נתקרב ווערן לאלקות, אך גם בעת הלימוד וקיום המצות, און אַ אידן אַ טובה טאָן אין גשמיות און אין רוחניות איז אַלץ מיט אַ ברען, מיט אַ חיות, וואָס דער פייער ברענט אויס אַלע כתמים פון מומי בני אדם.
דעריד זיידע הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דערציילט אַ מעשה וועלכע ער האָט געהערט פון זיין הייליגען פאָטער, דער זיידע דער רבי צמח צדק, נאָכדעם ווי ער האָט פאַר אים איבער געזאָגט די חסידות וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידן רבינו הגדול, ווען ער איז געווען עטלעכע חדשים נאָך בר מצוה דעם דרוש בכ"ה בכסלוטו משנת תקס"ג.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-kva44rpj
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.