עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

87

דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, אין שכל איז פאַראַן פערשידענע שכלים, עס איז פאַראַן שכל אנושי, מענשליכער שכל און עס איז פאַראַן שכל אלקי, געטליכער שכל. שכל אנושי איז אַ שכל הנקנה, און שכל אלקי איז אַ שכל עצמי, וואָס דער מציאות המהות פון שכל עצמי איז גאָר אַ אַנדער מהות מציאות פון שכל אנושי.

זייענדיג מיט דעם טאַטען, פורים תרס"גיא, אין וויען (עסטרייך)יב האָט דער טאַטע גערעדט ביים טיש וועגען לימוד התורה לשמה, לשם התורה, מען ווערט פאַראיינציגט מיט דער תורה, ביז ער — דער לערנער און די תורה — ווערען איין זאַך, זיין סגנון הלשון ווערט אַ תורה לשון און זיין שכל ווערט אַ תורה שכל.

דער זיידעיג האָט דערציילט דעם טאַטעןיד אַז צו בר מצוה האָט אים זיין זיידעטו געזאָגט, אַז מען בעדאַרף לערנען תורה לשמה, וואָס די הכנה צו דעם איז, קלאָר זיין בבלי וירושלמי, תוספתא ספרא וספרי, ווי דער רמב"ם איז קלאָר געוועןטז.

דער לובלינער גאוןיז האָט מיר דערציילטיח אַז ווען ער איז געקומען קיין ליובאַוויטש צום זיידןיג אין יאָר תרי"ד — באַ דעם לובלינער איז געווען אַ סדר, אַז ווען ער פלעגט קומען קיין ליובאַוויטש פלעגט ער בריינגען אַ ענין אין לערנען, אין וועלכן ער פלעגט זיך מפלפל זיין מיט'ן זיידען — האָט ער געבראַכט אַ טיפן פלפול מיט אַ סך חידושים.

קומענדיג אין ליובאַוויטש האָט ער איבערגעטראַכט דעם פלפול מיט די חדושי תורה און איז געווען זייער צופרידען, וויסענדיג אַז מיט דעם וועט ער פאַרשאַפען דעם זיידען אַ גרויסן נחת רוח, און באַ אַ חסיד איז דאָך איינע פון די גרעסטע זאַכען, ווען מען קען גורם זיין אַ נחת רוח דעם רבי'ן, וואָרום אַ חסיד ווייסט אַז עלמא עילאה כגוונא דעלמא תתאהיג, דער וואָס איז מקושר

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-k0wwp0yj

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources