שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]
107
שכל איז אַ קלאָרער פאַרשטאַנד באַזירט אויף אַ גרונטיקן באָדען, דער פאַרשטאַנד ענטהאַלט אַ געשמאַק אַז דער פאַרשטאַנד איז גוט, און דער געשמאַק ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ צי (המשכה) און אַ וועהל (געלוסטיגקייט) צו דעם בכן פון דעם פאַרשטאַנד, דער וועהל ווערט אָנגירופען מדות שבשכל, וויילע דאָס איז די התפעלות פון דעם שכל, ווי ער איז נאָך שכל.
דער געשמאַק און די התפעלות וואָס עס איז אין שכל, איז אַז דאָס קומט אין האַרצען, רעגט דאָס אויף די האַרץ און ער ווערט דערוועקט מיט אַ מדה, וואָס די מדה איז נאָך דעם אינהאַלט פון דעם שכל.
שכל איז מחייב מדות, און מדות האָבן אַ געבורטס אָנהויב ווער עס בריינגט זיי אין לעבן, חכמה ובינה זיינען דער פאָטער און מוטער פון די מדות חסד וגבורה תפארת כו' און אהבה ויראה זיינען די קינדער פון חכמה ובינהפז.
יעדער מדה חסד אָדער גבורה, אהבה אָדער יראה און אַזוי די איבעריקע מדות האָבען עלטערן, ווער עס האָט זיי געבראַכט אין לעבן, ווי אין גשמיות, קינדער האָבן עלטערן, עלטערן בריינגען קינדער, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אדם על בעלי חיים, די מדות וואָס זיינען על פי השכל.
כה. אַז איינער לייגט אַריין זיין שכל צו דענקען און קלערן, אין דעם זין און צוועק פון דעם מענטשליכן זיין אויף דער וועלט, צו וואָס איז דער מענטש בעשאַפן געוואָרן, וואָס פאַר אַ מעגליכקייטן גייסטליכע (כחות רוחנים) און קערפערליכע (כחות גשמים) השי"ת האָט איהם געגעבן, וואָס ער קאָן שאַפן מיט זיינע כחות, און צו וואָס ער קאָן צוקומען, און צו וואָס ער קאָן דעם אַנדערן צובריינגען.
איז אַז דער מענטש טראַכט אין דעם מיט אַ גוטער טיפער איבערלייגונג, זוכט צו פאַרשטיין די מענטשהייט און זיין ריכטיקן הפכים'דיקן גרונד, אחור וקדם'דיקפח מעגליכקייט, קומט ער צו, צו דער איבערצייגונג אַז דער מענש איז דער איינצעלטער נברא וואָס זאָל בעזיצן, גייסט און קראַפט, גוטס און שלעכטס, און פערשידענע הפכים אין איין קערפּער.
בנים אתם לה' אלקיכםפט, אפילו דער גאַנץ געוויינליכער וואָכעדיגקער איד מיט זיין וואָכעדיגקן לעבן, איז אַז ער פיהרט זיין לעבן אין אַלע צווייגן לויט די פעראָרדענונג פון תורה (תורה איז לערונג תורה לערנט ווי צו פיהרן זיךצ, די הויז געזינד די געשעפט דעם געזעלשאַפטליכן לעבן), איז ער אַ בן לאבינו שבשמים.
מענטשהייט איז שכל, און מדות וואָס זיינען עפ"י השכל, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אַ מענטש אויף בעלי חיים, השי"ת האָט אין דעם גופא געשאָנקען לעמו ישראל דעם גרעסטען יתרון, און געגעבן די מתנה פון תורה און מצות.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-m2z6rqqx
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.