שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]
102
און אַ שמחת תורה'דיקער אָדער י"ט כסלו'דיקער רייד, ווייסן וואָס פאַר אַ אומבעגרענעצטע אהבה דער טאַטע האָט גיהאַט צו די וואָס לערנען חסידות און זיינען זיך עוסק בעבודה שבלב, און ווי גערן דער טאַטע איז גיווען מיטהעלפן זיי, אַז זיי זאָלן שטייגן אין השגה און אין עבודה.
אין איינעם פון דעם טאַטענ'ס בריף צו מיר פון מענטאָן אין יענער צייט שרייבט מיר דער טאַטע, אַז ער איז ב"ה זייער צופרידן, השי"ת האָט אים ממלא רצונו גיווען, און זיין האָפענונג, וואָס ער האָט מיר גיזאָגט פאָהרנדיק פון ליובאַוויטש אין וואַרשא, און וואָס איך פרעג באַ אים אין איינעם פון מיינע בריף, קומט מהכח אל הפועל.
עס איז מעהר ניט — שרייבט מיר דער טאַטע אין זיין בריף צו מיר — ווי דער בנין פון דעם ענין, און אויך דאָס איז מעהר ניט ווי בתכלית הקיצור, אָבער דאָס איז שוין ב"ה אַ ענין כללי מסודר און דרך אגב — דער דרך אגב אַליין איז יקר מכל יקר — איז ער מיר מבאר ווי איז דער אופן הגילוי פון אַ השכלה, וואָס זי ווערט נתגלה פון כח השכל ההיולי העצמי, וואָס איז נטוע ומושרש בעצם הנפש.
נקודת ההשכלה פון חכמה הגלוי' איז אויך טבעה להתעלם כידוע, ובפרט די נקודת ההשכלה ווי זי איז אין כח המשכיל, און מכש"כ ווי די נקודת ההשכלה איז אַ המצאה שכלית ווי זי שטייט נאָך אין כח ההיולי פון שכל, וואָס איז נטוע אין נפש.
עס איז איבעריג צו זאָגען אַז באַ מיר איז גיווען אַ שטאַרקע תשוקה וויסען וואָס איז דער נייער ענין אין חסידות וואָס דער טאַטע טוט אין אים, אָבער איך האָב גירעכנט אַז באמת דאַרף מען אַזעלכע זאַכן ניט וועלן וויסען.
אַז איך בין גיקומען אויף שבת פ' וארא ר"ח שבט אין מענטאָןעא האָב איך גיטראָפן דעם טאַטן אַז ער איז גיווען זייער אויפגילייגט און צופרידן, איך האָב גיפיהלט אַז די אויפגילייגטקייט און די צופרידנקייט איז, פון אַ זייער איהם אַ פאַרגיניגונדיקע אַרבעט אין חסידות.
יט. איבער פערשידענע עניני הכלל האָב איך גידאַרפט זיין תחלת אדר באַ דעם טאַטן אין מענטאָןעב, בין איך גיווען איבער פורים, יעמאָלט איז דאָרט גיווען ידידנו הרה"ג החסיד הר' יעקב מרדכי נ"ע מפּאלטאוועל.
אויף פורים זיינען גיקומען אייניגע מידידינו אנ"ש ובראשם ידידינו החסיד ר' שמואל נ"ע גורארי'עג מקרעמענטשוג.
פורים צו דער סעודה איז גיווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגעןעד, דער טאַטע
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-k46772qh
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.