שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]
99
די מאמרים פון יאָהר תרנ"ח ביז די מאמרים פון חג השבועות, זיינען איינצלנע מאמרים, און די ענינים פון די מאמרים זיינען אַזעלכע וואָס מתחילים אין לימוד החסידות זאָלן דאָס אויך קאָנען בעגרייפן.
דעם מאמר פון חג השבועות תרנ"ח איז אַ טיפער מאמר, אָבער דאָך איז דאָס לפי ערך די תלמידי תומכי תמימים אין יענער צייט.
די מאמרים פון יאָהר תרנ"ט זיינען שוין פאַר אַזעלכע וואָס פאַרשטייען טיפערע ענינים אין חסידות, און די מאמרים פון יאָהר תר"ס זיינען נאָך טיפערע ענינים.
אין יאָהר תר"ס האָבן אַ טייל תלמידי ישיבת תומכי תמימים שטאַרק גיטאָן אין די מאמרים, וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט, און התלמיד מובהק החסיד הרב ר' אברהם דוד ז"ל פויזנער מקלימאָוויטשס האָט גישריבן הנחות אויף די מאמרים.
אויף וויפל באַ דעם טאַטען איז גיווען חשוב די הנחות וואָס התלמיד הרא"ד האָט גישריבן, איז צו זעהן דערפון וואָס ער פלעגט זיי דורכזעהען און אין פאַרשידענע ערטער גיזאָגט ווי צו פאַרריכטן, און דאָס איז דער טעם וואָס אין יאָהר תר"ס האָט דער טאַטע ווייניק גישריבן די מאמרים וואָס ער האָט געזאָגט בשבתות השנהסא.
טו. אין יאָהר תר"ס נאָך חג הסוכות, בעפאָהר דער טאַטע פאָהרט אָפּ אין חאַרקובסב — וואו ער מאַכט דורך אַ געוויסע קוראַציע אונטער דער אופפאַסונג פון פּראָפעסאָרן — גיט דער טאַטע אַרויס דעם ערשטן קונטרססג פאַר די תלמידי ישיבת תומכי תמימים יצ"ו.
דער קונטרס הייסט קונטרס התפלה, דער אינהאַלט פון דעם קונטרס זאָגט דער טאַטע אַרויס אין אַ פּאָר קורצע ווערטער, אַז דער קונטרס איז אַ ענטפער די וואָס פרעגן ווי דאַוונט מען, און מיט וואָס דאַוונט מען.
דער קונטרס איז אַ ברייטער טיפער ענטפער אויף די שאלות וואָס אַ חסיד דאַרף פרעגן באַ דעם רבי'ן אויף יחידות, ווי מען דאַרף דינען השי"ת אין דער עבודה שבלב פון תפלה.
דער קונטרס התפלה איז אַ הוראה ווי אַזוי עס דאַרף זיין די עבודה פון דער הכנה פון תפלה, און די פעולה פון
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-s5ahppj2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.