עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

97

קומען אויף שבת, פלעגט דער מאמר ווערן איבער גירעדט פון דער היפּשער — כ"י — צאָהל יושביםנב, וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש.

דער סדר איז גיווען, אַז מאָנטאָג פלעגט שוין זיין דער כתב, די יושבים האָבן דעם מאמר גילערנט בעיון, און באַ עלטערע חסידים — ווי מורי הרשב"ץמא, החסיד ר' חנוך הענדלנג, החסיד ר' שמואל ברוך מווארשאנד, החסיד ר' אבא מצאשניקנה, החסיד ר' ניסןנו — וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש. איז דער תוכן פון דער שבת'דיקער חסידות גיווען דער נושא הדיבור פון דער וואָך.

אין יענער צייט — חורף תרנ"ד — האָבען כבוד דודיי הרמ"מ שי'מה, והר"מ שי'מו זיך שטאַרק פאַרנומען מיט דעם לימוד החסידות, און דאָס האָט שטאַרק גיווירקט אויף עטלעכע יונגע לייט, גרויסע בעלי כשרונות, וואָס זיינען גיוואָרן משכילים אין וועלטישער וויסענשאַפט און אָפּגעווייטערט זיך פון חסידות, און דורך דער קביעות פון לערנען חסידות האָבן זיי זיך דערנעהנט.

החסיד מורי הרשב"ץ נ"ע האָט גיהאַט אַ באַזונדער חוש אין קאָנען מבאר און מסביר זיין אַ חסידות'ן וואָרט, צו יעדער ענין האָט ער גיהאַט אַ משל, און יעדער זאַך פלעגט באַ אים אַרויסקומען קלוג און שאַרף.

יג. פון צייט צו צייט פלעגן כבוד דודיי הרמ"מ שי' והר"מ שי' זיין באַ דעם טאַטן, פרעגן און ריידן פערשידענע זאַכן פון דעם וואָס זיי האָבן יעמאָלט גילערנט, אָפטמאָהל פלעגט אַזאַ שמועס דויערן אַ שיינע פּאָר שעה.

גיוויינלעך פלעגן די שמועסן פאָר­קומען אין די אָוונט שעות, ווען באַ מיר איז שוין גיווען נאָך דער צייט וואָס איך האָב גילערנט בא מורי החסיד רשב"ץ נ"ע, און אָפט פלעג איך ביי זיין באַ די שמועסן.

אין איינעם פון אַזלכע שמועסן האָט דער טאַטע מבאר גיווען דעם ענין פון השכלה השגה הרגשה — פיהלען — און הכרה.

איצטער אַז עס איז ב"ה דורכ­גיגאַנגען מעהר ווי פערציג יאָהר און די אַלע ענינים זיינען ב"ה ברייט אַרומ­גירעדט גיוואָרן אין פיל מאמרים, זיינען אויך די ענינים פאַררעכנט אין די ענינים חשובים בתורת החסידות, און בפרט יעמאָלט, ווען אין די אַלע ענינים

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-44bjvxs1

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources