יום שמחת תורה תרפ"ט
47
אותה פתיםעו, להיות נבזה בעיני עצמו נמאס. נאָר דאָס איז אַלץ אויף זיך, אָבער אויף דעם זולת לא טוב, דאַרף מען ניט אָנזען. מ"מ איז אפילו אויף זיך טאָר מען אויך ניט מעורר זיין קיין דינים חלילה, און אויף דעם אַנדערן מכש"כ, וואָרום כללות הרע וואָס ער נעמט אַרום דעם טוב הוא עד"מ ווי אַ בריליאַנט וואָס איז אַרום געוואָקסן מיט ווילדע שטיינער, דכך הוא דרך גידולו, און דערפאַר דאַרף מען אים שלייפן, וואָס מיט דעם שלייפן נעמט מען אַראָפּ די אַרום געוואקסענע.
דאַרף אָבער דאָס אויך זיין מיט אַ סדר, און דער עיקר דאַרף מען טאָן מיט אור דערלייכטן, ווי עס איז ידוע בענין חנות של בושם וחנות של בורסקיעז, דאַרף מען מיט דעם אור דערלייכטן, ועל הזולת צריכים לראות רק בטוב עין, איז מדות לא טובות דאַרף דאָך ניט זיין, דאָס איז דאָך רע ווי בשר חזיר.
ואמר אחד: אויף היגע לשון הייסט דאָס אויסגעשלאָסן.
והשיב כ"ק אדמו"ר: מען דאַרף ריידן אויף אונזער לשון, ניט קיין היגע לשון און ניט קיין דייטש, נאָר אונזער לשון, וכמאמרעח שלא שינו שמם לשונם ולבושם. איז מדות לא טובות דאַרף ניט זיין.
טו. אין דעם יאָר איז די כלי צו דער המשכה של הכתיבה טובה בשנה טובה ומתוקה דר"ה, און חתימה טובה דיוהכ"פ און גמר חתימה טובה דהו"ר, איז דא דער כלי דערצו נאָר דער קו השמחה, דעיקרה בחג הסוכות, וואָס דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז [דורך] די שמחה פון שמחת תורה זאָל אַראָפּקומען דער גוטער יאָר וואָס איז נקצב געוואָרן בר"ה יו"כ כו', אין אַ טוב ממש. אַ טוב נראה ונגלה בחסד וברחמים און זאָל אַראָפּגענומען ווערן אַלע מניעות ועיכובים אויף תורה ופרנסה און געזונט. אַלע אידן זאָלן זיין געזונט. אַז באַ אידן זאָל ניט זיין קיין געלד אויף קיין חולאת חלילה, נאָר אויף גמ"ח צדקה און תורה.
ושאל אחד: הלא יש מקומות שיש מניעה ועיכוב על לימוד התורה.
והשיב: מניעות ועיכובים דאָס איז אַלעמאָל דאָ, דאָס איז עבודת הבירור דגלות, און אַזוי איז דער סדר העבודה פון גלות (יחיש הקב"ה גאולתינו) ביז משיח'ן, נאָר דעם יאָר איז די כלי צו דער המשכה, איז נאָר קו השמחה און מיט דעם וועט מען אַראָפּנעמען די מניעות ועיכובים, און מען דאַרף דאָס מפרסם זיין.
מען האָט געדאַרפט אין דעם יאָר זען זיך מיט די רוסישע אידן יחיו, איך מיין ניט וואָס מען קומט אַהער, וויפל קאָנען
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-6m83p4t2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.