תחלת תרפ"ח
5
עסקים בענינם, בעלי בתים בענינם, יושבי אהל בענינם כו'.
אך מ"מ ה"ז העתקה ויכולה להיות העתקה באופן אחר, ולכן צריך להיות תוקף ההתקשרות צו וואָס מען דאַרף זיין מקושר, וואָרום מען דאַרף דאָך זיין מקושר וויילע דאָס איז איין קו וואָס איז בשוה מראשית המשכתו עד סוף סיומו. וההתקשרות היא אל עצם הענין בלימוד החסידות — ווי די רביים האָבן אונז געלערנט — כל אחד כפי ענינו, דער וואָס קען אַלע טאָג כפי הזמן אַ האַלבע שעה, אָדער צוויי מאָל אין וואָך. והלימוד אינו ההשכלה כ"א בהנוגע להעבודה בפועל כנ"ל. דאָ איז ניט נוגע קיין אגודות, כי אם כל א' בעצמו אחראי ע"ז, און עס איז נוגע ביותר, וצ"ל ההתקשרות ביותר — אַ התקשרות פנימי', וידע כי עתה בנפשו הוא, און איך וויל אַז איר זאָלט מיר דאָס מבטיח זיין, וכשתקיימו מה שאני שליח לומר לכם, אז יקויים גם מה שאני מובטח — להתראות אתכם בקרוב ברוב טובה (וענו אמן).
ד. אח"כ אמר להמשגיחים דתומכי תמימים שיעמדו לפניו, ואמר: באריכות א"א לדבר, ואדבר בקצרה:
דעו, מה שאומרים שע"פ החוק אסור ללמוד, ידעו כולם — רבנים, שוחטים, לומדים, בע"ב, בעלי עסקים, עד נשים בשוק, שיש להם בנים ללמוד — שזהו שקר גמורח, עס איז ניטאָ קיין חוק אַז מען טאָר ניט לערנען, יעדער טאַטע האָט פּראַוועט אָפּגעבן זיין אינגל לערנען ולהשתדל להשיג מלמד לבנו, רק שיש בזה סדר בכמותי. אך מ"מ בלימוד בקיבוץ כו'.
יעזור השי"ת שיוסרו כל המניעות על לימוד התורה.
"תומכיתמימים" האָט מייסד געווען דער טאַטעיא, דעם נאָמען פון דעם טאַטן ווייסט איר דאָך, ער איז געווען קו האמצעייב. פאַר אַ מנהל פועל האָט ער מיך געמאַכט, דעם כח גיב איך קיינעם ניט אָפּיג, עס איז דאָך מזרעא דיוסף קאתינא וואָס לא שלטא בי' עינאיד, דאַרפן זיי (התמימים) פאַר קיינעם ניט מורא האָבן. ווער עס וועט אָנקומען אין "תומכיתמימים" וועט זיין גליקלעך, אָך און וויי צו דעם וואָס וועט זיך מיט זיי אָנהויבן.
איר משגיחים! דער שלום וואָס איז געווען צווישן אייך די לעצטע צייט איז מיר געווען ניט גאָר געפעלן, כ"א כל אחד צריך לעמוד חזק על שלו, ניט אַריבערלאָזן זיינער אַ האָר.
ה. אח"כ אמר: איך וויל ריידן מיט די תמימים אַ פּאָר ווערטער.
אייך תמימים זאָג איך: איר זאָלט היטן די צייט פון נגלה און פון חסידות,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-4e5s21vt
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.