עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zxrscjp7

kind
paragraph
order
Ls
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
טרעפט זיך, ביז אין אן אופן פון ומצאת וואס דאס איז נאך מערער וויפל לפי ערך היגיעה, נאר אויך אין אן אופן פון מציאה, און אזוי אויך בכל ענינים ובכל פרטים אלו. ובפרט נאך אז כמדובר, אז מ'געפינט זיך אין די ימים אז מ'איז מסיים מיט דעם ענין הצדקה, וואס מקרבת את הגאולה, איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים זיינען מקרב ענינים פון גאולה, במילא דארף דאך דאס זיין גלייך א גאולה מכל ענינים המקבים ומונים, תיכף ומיד ממש, נאך איידער ס'קומט דער כהרף עין און ס'ווערט די גאולה הכללית, אדער אפילו די גאולה הפרטית, ענין וואס מ'ווייס אז דאס איז אזוי איז דאס שוין אליין טוט שוין אויף ענינים של גאולה, ובפרט נאך אז כמדובר, מ'פארבינדט דאס מיט מאכן יעדערן פאר א שליח אדער שליחת מצוה דורך די מצות הצדחה, און דערנאך איז יעדערער מוסיף אויך משלו, כפי הישג ידו, און נאך מערער כפי נדבת כפי מסת ידו, און נאכמערער כפי נדבת לבו הטהור אדער הטהורה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ווערט אויפגעטאן ביתר שאת וביתר עוז. ובפרט אז מ'איז זיך מצטרף אלע צוזאמען, און מצטרף אין אן אופן ביז וואנענט אז ס'ווערט פון צירוף ווערט אויך א התקרבות, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט ווי א דבר אחד, ביז וואנענט כמדובר לעיל, אין די פריערדיקע טרעפן זיך, אז ס'ווערט אזא מין איחוד, אז ס'איז גאר ניט ניכר, אז ס'איז אמאל געווען צוויי באזונדערע זאכן וואס האבן זיך דערנאך פאראיינציקט, ווארום די פאראיינציגונג איז געווארן אין אזא מין אופן, אז ס'איז גאר ניט שייך צו מחלק זיין, אז ס'איז ניט געבליבן קיין ראשון, אז ס'איז אמאל געווען באזונדערע זאכן, און ס'איז ווי אן ענין וואס מלכ
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions