Paragraph
Paragraph rh-zxh46x1s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ggm9yexm
- order
- F
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער ערשטער טאג פון אלול, וואס דאס איז דאך דער חודש הרחמים אויפן גאנצן יאר, הבא עלינו ולקרב כל ישראל לזה טובה ולברכה, און אויך כולל זיכער בחודש הרחמים, אויף חודש אלול אליין בכלל, ובפרט אז די עבודה פון חודש אלול זאל זיין מתוך רחמים, און רחמים הכי גדולים, פארבונדן מיט מלך בשדה, וואס דאס איז דאך יו'ג'מידות הרחמים, איז דאך דאס דעמאלט למעלה מכל מדידה והגבלה, באור פני מלך חיים, וויבאלד אז דער מלך איז בשדה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, איז דאך דאס פארשטאנדיק סיי בנוגע צו אלול ועבודתו, און סיי בנוגע צו דעם גאנצן יאר וואס קומט אין גיפל לטובה ולברכה, נוגע צו דער השלמה און צו דעם חשבון-צדק פון דעם יאר תשמח ותשמח והקחל, וואס האלט זיך איצטער בא דעם סיום וחותם, און גיט נאך אלץ די געלעגנהייט אין די טעג וואס זיינען נאך דא פון דעם יאר, אז מ'זאל דעמאלט משלים זיין, אויב ס'איז דאך עפעס דא וואס איז חסר בפשטות, און אויך משלים זיין ס'זאל זיין בשלימות האמיתית, ביז א שלימות ווי ס'איז מתאים צו חודש אלול, ווען דער מלך געפינט זיך בשדה מיט כל אנשי השדה, און אלע צוזאמען מיטן מלך גרייטן זיך און דערנאך גייען לעיר מלכותו, און נאך פאר דעם האבן די כתיבה וכתימה טובה לשנה טובה ומסוקה. וואס דערפאר איז דאך אויך מתאים בא דער ערשטער געלעגנהייט וויינטשן יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, סיי אלס פרטים און סיי אלס א הקהל קהל גדול, און געוואונטשט בעטן א ברכה פון יעדערן פון זיי פאר זיך אלס א פרט און פאר זיך אלס א חלק פון א כלל, און אזוי אויך זאל דאס טאן יעדער איד בתוך כלל ישראל, וואס דעמאלט האט מען דאך די הבטחה פון דעם אויבערשטן, אז ער איז ממלא
- proofread
- 0