עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

3 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער ערשטער טאג פון אלול, וואס דאס איז דאך דער חודש הרחמים אויפן גאנצן יאר, הבא עלינו ולקרב כל ישראל לזה טובה ולברכה, און אויך כולל זיכער בחודש הרחמים, אויף חודש אלול אליין בכלל, ובפרט אז די עבודה פון חודש אלול זאל זיין מתוך רחמים, און רחמים הכי גדולים, פארבונדן מיט מלך בשדה, וואס דאס איז דאך יו'ג'מידות הרחמים, איז דאך דאס דעמאלט למעלה מכל מדידה והגבלה, באור פני מלך חיים, וויבאלד אז דער מלך איז בשדה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, איז דאך דאס פארשטאנדיק סיי בנוגע צו אלול ועבודתו, און סיי בנוגע צו דעם גאנצן יאר וואס קומט אין גיפל לטובה ולברכה, נוגע צו דער השלמה און צו דעם חשבון-צדק פון דעם יאר תשמח ותשמח והקחל, וואס האלט זיך איצטער בא דעם סיום וחותם, און גיט נאך אלץ די געלעגנהייט אין די טעג וואס זיינען נאך דא פון דעם יאר, אז מ'זאל דעמאלט משלים זיין, אויב ס'איז דאך עפעס דא וואס איז חסר בפשטות, און אויך משלים זיין ס'זאל זיין בשלימות האמיתית, ביז א שלימות ווי ס'איז מתאים צו חודש אלול, ווען דער מלך געפינט זיך בשדה מיט כל אנשי השדה, און אלע צוזאמען מיטן מלך גרייטן זיך און דערנאך גייען לעיר מלכותו, און נאך פאר דעם האבן די כתיבה וכתימה טובה לשנה טובה ומסוקה. וואס דערפאר איז דאך אויך מתאים בא דער ערשטער געלעגנהייט וויינטשן יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, סיי אלס פרטים און סיי אלס א הקהל קהל גדול, און געוואונטשט בעטן א ברכה פון יעדערן פון זיי פאר זיך אלס א פרט און פאר זיך אלס א חלק פון א כלל, און אזוי אויך זאל דאס טאן יעדער איד בתוך כלל ישראל, וואס דעמאלט האט מען דאך די הבטחה פון דעם אויבערשטן, אז ער איז ממלא

2תפילתם של ישראל, און מילי משעלות לבבם לטובה בתכלית השלימות. וואס דערפאר איז אויך דערמאנט מען נאכאמאל וועגן דעם ענין וואס ס'האט זיך גערעדט נעכטן מער בארוכה פון משלים זיין און מוסיף זיין אויף די כל הענינים, במיוחד נאך אז דאס איז דאך א שנת א שעה פון רצון און חודש הרחמים, ובתחילתו די קאפ זיינער, ראש חודש, און וואס דאס איז אויך כולל אין זיך די אלע ענינים פון שנה שההולכת און מסיאת-תיימת, און אויך די הכנה, און אויך כולל אין זיך די גאנצע שנה הבאה עלינו. און דערביי אויך יעדער ענין דארף מען זיך פארבינדן אויך מיט א מעשה בפועל, א תיקון און השלמה. דערמאנט מען נאכאמאל וועגן דעם ענין פון מלך בשדה, ובו פני מלך חיים, אין לקוטי תורה, אז והחי ישים אלא לבו אז דאס מיינט מען יעדערן פון אונז און יעדערן פון כלל ישראל, בתוך כלל ישראל, ווי די אלע פרטים ווי ער איז דארט מבאר אין דעם דרוש, כולל דעם כללות הענין, באור פני מלך חיים על אחת כמה וכמה דאס איז אויך כולל אין זיך די עבודה, וואס איינע פון די עבודות פון אלול איז דאך אויף מפרסם-זיין בכל מקום שהוא, ס'שטייט אין אחרוני הפוסקים, במיוחד פון פוסקי דור זה, אז מ'דארף אין חודש אלול אויסנוצן במיוחד אויף בודק-זיין די מזוזות און די תפילין, ועל דרך זה כל בדק וואס מ'דארף אים בודק-זיין, אז ס'זאל זיין בשלימות. און דאס איז נאכמערער מוסיף אין ברכת השם, בכלל ובפרט, ביז די ברכה העיקרית, וואס דאס איז פארבונדן מיט די פרשת השבוע, און אין פרשת השבוע די התחלה פון פרשת השבוע, און ווי דער אלטער רבי האט אנגעזאגט און איבערגעגעבן און איז אנגעקומען צו אונז דורך נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, אן אנזאג צוזאמען מיט א נתינת-כח, מ'זאל לעבן בתורה בכלל ומחלק אין תורה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג, זאל דאס אויך דורכנעמען דעם לעבן, און דערמיט זאל מען לעבן

3ביז א חי יתנה לבו, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, על דרך זה מגיד דבריו ליעקב, חוקיו ומשפטיו לישראל, מה שמצוה לאחרים לעשות אותו הוא בעצמו, וועט דער אויבערשטער זיכער מקיים-זיין, ולא ייכבם אפילו כהרף עין, אז ס'זאל זיין ואשיבה שבטייך כבראשונה וירצייך כבתחילה, און מ'וועט מקיים-זיין בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו בארצנו הקדושה, אין אן אופן פון כי ירחיב, און דארט עצמו אין ירושלים עיר הקודש און אין לשכת הגזית, אין בית-המקדש, דעם קיום הציווי והמצוה פון דער התחלה פון דעם שיעור וחומש פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז שופטים ושוטלים תתן לך בכל שערך, כולל אויך דעם פירוש הפנימי, און אין ענין העבודה, אז בכל שער אחד, די אלע שערים וואס יעדער מענטש און יעדער איד האט זיך אלס אן עיר קטנה זה הגוף, איז אין די אלע שערים האט ער שופטים ושוטהים, על פי תורתנו תורת חיים, וואס דאס איז דאך די תורה אין וועלכע דער אויבערשטער האט זיך אליין איבערגעגעבן, ביז בפשטות, והוא העיקר אויף מקיים-זיין די מצוה בפשטות, כאמור, אין לשכת הגזית און אין בית המקדש, וואס דאס איז דאך אל צד המזבח בבית המקדש, וואס ער איז אין ירושלים, וואס זי איז אין ארץ-ישראל, ולא עיקוה מאפילו כהרף אים במהרה בימינו ממש, אמן כן יהי רצון. און די שליחות-מצוה וואס מ'גיט יעדערן, און מ'בעט יעדערן ער זאל אזוי טאן, מיט האנשים והנשים והטף וואס ער האט בסביבתו, מאכן פון יעדערן פון זיי א נר להאיר אנהויבנדיק פון דער שליחות אין אן ענין של צדקה, וואס זי איז דאך מקרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה זאל דאס זיין בפשטות למטה מעשרה טפחים, ומתוך שמחה וטוב לבב בכל הענינים ובכל הפרטים ובתכלית השלימות.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions