Paragraph
Paragraph rh-zth0750b
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- RY
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דארטן איר רשות, און זי דארף אויך דארטן מקיים-זיין די מצות הדלקת נר של יום טוב של ראש השנה, שחל להיות בשבת, איז דערפאר איז ער דאס ממלא במקומה, און ס'ווערט אזוי צוזאמען מיט דער ברכה פון שהחיינו וואס מ'מאכט דעמאלט, און ס'ווערט אויך צוזאמען באלוכטן מיט אידישקייט די גאנצע הויז אויף דער גאנצער וואך, וואס ס'קומט לאחרי זה, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז די ערשטע אידישע פרוי איז דאך דאס על דרך פון דעם ערשטער אידישן מאן, וואס דאס איז געווען אברהם אבינו אז זי איז געווען די ערשטע אידישע פרוי שרה עימנו, איז בשעת זי האט מקיים געווען די מצוה פון נר של שבת, איז הי'דולק מערב שבת לערב שבת, געלויכטן אין דער הויז, ביז אין אן אור גשמי, אין א ליכטיקייט, וואס אויך א גשמיות'דיקער אויג דערזעט דאס, ביז וואנענט ס'איז געקומען די צייט אז זי זאל אנצינדן פון דאסניי מיט נאכמער ליכטיקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט, וכמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0