transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1שמחתדל ארום. ס'איז דאך ידוע די אנהויבס פון דעם אלטן רבי'ן, דער גרינדער פון חסידות חב אד, פון זיין אגרת הקודש, פון זיין בריוו הידוע, געדרוקט אין דעם פון פערטן חלק פון ספר תניא קדישא, אז ס'הויבט זיך אן פותחין בברכה, אז בשעת אידן טרעפן זיך, איז דער פתיחא דארף זיין, וואס מ'בענטשט איינער דעם אנדערן, און די אלע פארזמלטע, און דאס ברענגט גלייך די פותחין בברכה, אז דער אויבערשטער נאך פריער טרם יקראו ואני אן אנא הויבט ער אן די אלע ענינים, מיט די גאנצע ריידן צווישן זיך, פון אידן, מיט דער ברכה וואס ער גיט, בכלל אידן אלעמאל, ווארום דאס איז דאך דער גוי קדוש און
¶2אחד אפגעטיילט צו דעם אויבערשטן, עאכו כמה וכמה אז מערערע אידן קלייבן זיך צוזאמען און הויבן אן מיט בענטשן איינער און צווייטן, וואס דאס איז דאך דער כלל גדול בתורה פון ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, פונקט ווי זיין באציאונג איז צו זיך אליין, אזוי האט ער איז ווערט זיין באציאונג צו א צווייטן אידן און צו א דריטן אידן, ועל דרך זה אויך בנוגע צו פרויען צווישן זיך, קיט דאס צו נאכמערער אין די פתיחת כל הברכות, וואס דאס איז דער אויבערשטער מקור כל הברכות, אין בענטשן זיי אין די ענינים אין וועלכען זיי בענטשן איינער דעם צווייטן, און דאס איז אויך כולל און ברענגט מיט זיך אויך א ברכה די ברכה פון דעם אויבערשטן אין ע ענינים אין וועלכן זיי נויטיקן זיך בכלל, און בפרט אין דעם זמן פרטי אין דער ספעציעלער צייט וואס זיי טרעפן זיך צוזאמען, און וואס ס'האט דאך אויך ווי יעדער זאך אין וועלט האט דאך איר תפקיד און איר אויפגבא און איר שליחות, מיט די ספעציעלע ברכות פארבונדן מיט דעם זמן.
¶3על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צו אונדערט צוזאמענטרעפן זיך, וואס דאס איז אויך ווי ער האט גערעדט מערערע מאל אין א מקום מיוחד און אין א זמן מיוחד, אין אן ארט וואס איז אויסגעטיילט פון אנדערע ערטער אין וועלט, וואס ס'רעדט זיך וועגן כשר'ע ערטער און גוטע ערטער, אבער ס'האט נאך אין זיך א ספעציעלע קדושה וואס מ'טרעפט זיך אין אן ארט וואו אידן דאוונען צו דעם אויבערשטן, און וואו אידן לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה, און מאכן גוטע החלטות, גוטע באשלוסן, און הויבן אויך אן מיט געבן אויף צדקה, אז דאס זאל אויך צוגעבן נאכמערער, על דרך ווי דאס איז בהנוגע צו דעם מקום, צוגעבן נאכמערער אויך ווי דאס איז אין צוזאמנהאנג מיט דער צייט וואס איצטער האבן זיך דאך געטראפן געציילטע טעג פאר ראש-השנה, נוסף וואס בכלל איז דאס אין חודש אלול, וואס גאנץ חודש אלול איז זיך אויסגעציילט, ווי דער אלטער רבי ערקלערט דאס מיטן באוואוסטן משל, אז דעמאלט איז דער מלך בשדה אז דער אויבערשטער, וואס ער איז דער אמת'ער מלך, געפינט זיך מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אז
¶4דעמאלט ווען זיי זיינען פארנומען מיט וועלד-ארבעט, ניט מיט אזא מין ארבעט וואס זי איז פארבונדן און אויסגעטיילט פאר א בית-הכנסת ובית-המדרש, אפילו ניט אזא מין ארבעט וואס איז אויסגעטיילט פאר א אידישער הויז, א פריוואטער הויז, ניט קיין בית-הכנסת און ניט קיין בית-המדרש, אבער פונדעסטן איז דאך דאס ושכנתי בתוכם איז דאך שליסט דאס אויך איין יעדער פריוואטע אידישע הויז, אז דער אויבערשטער זאגט, אז אויב נאר ועשו לי קדש מ'מאכט שוין א פריוואטער הויז אז דארט זאלן געטאן ווערן הייליקע זאכן-וואט דעמאלט האט די הויז שטענדיק דעם אויבערשטנ'ס הבטחה, אז דער אויבערשטער וועט זיך געפינען אין די אלע זאכן פארבונדן מיט דער הויז, און סיכר מיט די אלע זאכן וואס ווערן געטאן אין דער הויז עצמה, וואס דא קומט אויך נאך צו, ווי כמדובר, אז מ'טרעפט זיך אין חודש אלול, וואס דעמאלט איז דער מלך בשדה, ווי דערמאנט פריער, און נאך מערער אין חודש אלול אליין, אין די ימי הסליחות נאך חיי אלול, און אין ימי הסליחות וואס אין חודש אלול, און אין סליחות האלט מען שוין אויך נאך די פערטע סליחה,
¶5י יאר איז דאך שוין דער רב פון אלע סליחות וואס מ'זאגט, וואס דאס איז דאך אין היינטיקן יאר פון שבת'ער נאכט ביז דאנערשטיק ביינאכט, איז דאך ווי סליחות שוין דער רב פון זיי, ורובם ככולם איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט רובם ככולם פון די סליחות פון דעם אויבערשטן, אננעמענדיק מיט לך הוי'הצדקה וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון אלע סליחות, אז דער אויבערשטער טוט שטענדיק צדקה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, על אחת כמה וכמה ווען דאס איז א ציבור מערערע אידן צוזאמען און אין א מקום ציבורי, ווי א בית הכנסת ובית המדרש, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'האט א פולשטענדיקע נחילה סליחה וכפרה, מאכט דאך נאך שטארקער און זיכערער און גרעסער און ברייטער און טיפער די ברכות וואס מ'באקומט לאחרי המחילה סליחה וכפרה, וואס דאס איז דאך בעיקר די ברכה פון הכתיבה והחתימה טובה אויפן גאנצן יאר, און אויך אויף די צוגרייטונגען צו דעם יאר בכלל, און די צוגרייטונגען הסליחות במיוחד, ווי דערמאנט מערערע מאל.
¶6און אט דאס מאכט נאכמער פארשטאנדיק אט דאס וואס ס'ווערט דאך אראפגעבראכט, אז אידן זיינען אן אויסגעטיילטער פאלק אויך אין דעם אשר אלקים קרובים אליו, אז דער אויבערשטער איז אלעמאל נאענט מיט זיי, במילא אז ס'קומט נאענט צו ראש השנה, איז לשים לבנים טוען זיי אן יום-טוב'דיקע קלוידער וואס באווייזן אויף אן ענין של שמחה, קידש, און קידש על היין, מיט אלע סימנים וואס זיי באווייזן אויף שמחה, וואס דאס איז דערפאר וואס מ'איז זיכער אז ס'וועט זיכער זיין א כתיבה וחתימה טובה, אף על פי וואס דער יום המשפט איז ערשט דעם ערשטן טאג ראש השנה און דעם צווייטן טאג ראש השנה איז שוין דא די פארזיכערקייט וואס תורת אמת פארזיכערט יעדער אידן און אלע אידן, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז דאס הענגט-אפ בעיקר פון דעם אויבערשטן, איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין א שנה טובה ומותוקה בכלל, און א שנה טובה ומותוקה במיוחד ווי דאס קומט מידו המלוא הפתוחה הגרושה והרחבה פון דעם אויבערשטן, וויבאלד אז ער איז דער מלך המשפט און בעל המשפט, און נוטה לחסד, ווערט דאס אזוי אויך א
¶7אפגעבראכט אין ענינים רוחניים און אין ענינים גשמיים, ובחמה ענינים, ווי ס'ווערט אויך געבראכט, אז דער דין פון ראש השנה איז גאר בעיקר וועגן ענינים גשמיים זאגט מען פריער די ברכות אין ענינים גשמיים, וכסיבה וכסימה טובה אין ענינים גשמיים, און אויך זיכער אין ענינים רוחניים, ווי גערעדט מערערע מאלל. האט זיך דאך אויך א ספעציעלע שייכות צו פרשת השבוע, צו דעם חלק אין תורה וואס מ'האט אנגעהויבן לייענען און לערנען אין דער מנחת שבת, די שבת סליחות וואס איז שוין דורכגעגאנגען, און מ'האלט שוין דריי און פיר טעג לאחרי זה, דארטן הויבט מען דאך אן האזין השמים ויתי שם הארץ, און שאל אביך ויאגדך חסך תניך ויאמר לך, און דערנאך איז מען אויך ממשיך א חלק הוי'עמו, יעקב חבל נחלתו, אז יעדער איד, און בכללות דער גאנצער אידישער פאלק, איז דאס פארבונדן מיטן אויבערשטן אליין, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דאס איז א חלק פון דעם
¶8אויבערשטן, ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ אין תניא אין אנהויבס, אז יעדער איד'ס נשמה איז דאס א חלק אלוקה ממעל ממש, און דאס קומט אזוי אויך און ס'ווערט איבערגעגעבן בירושה יעקב חבל נחלתו צו די אלע וואס שטאנען פון יעקב'ן, וואס דאס איז דאך כולל אין זיך יעדער אידן און אלע אידן, האנשים והנשים והטף והגור אשר בקרבך די וואס האבן דאך געווארן אין באקומען זיי דאך א ספעציעלע נשמה, נייע מלמעלה, וואס ווערט אויך א אידישע נשמה, האט זי אויך די אלע ברכות וואס ס'שטייט אין תורה בכלל, און אין פשטות האזינה פון היינטיקן וואך במיוחד, וואס דאס איז אויך כולל, ווי געזאגט פריער, סיי ענינים גשמיים און סיי ענינים רוחניים, דוקא אין אן אופן, אז ס'איז ניכר אין זיי, אז זיי קומען אפילו ניט דורך מלך מיכאל, וואס ער איז שרון של ישראל, נאר נאך העכער דערפון, על אחת כמה וכמה קומען נאך העכער פון דעם בית-דין שלמעלה, וואס ער ברענגט אויך ארויס א גזר-דין און א פסק-דין, אז אידן זיינען זוכים בדין און פארדינען און באקומען א כתיבה והחסימה טובה לשנה טובה
¶9מותוקה נאר זיי באקומען דאס פון נאך העכער, פון דעם אויבערשטן אליין, וויבאלד אז דאס איז חבל מחלתו און ס'איז חלק הוי'עמו. וואס דאס איז די פארבונדנקייט, כאמור, אויך מיט דער פרשה וואס אין דעם איז איינגעשלאסן אט דער פסוק, און אין דער פרשה גופא, און אין די טעג פון דער וואך פון פרשה האזינה אליין, האט מען שוין, ווי דערמאנט פריער, מערער ווי דריי טעג פון פרשה האזינה, וואס דעמאלט איז דאך דער דין, אז וויבאלד אז דאס האט געטאן געווארן דריי מאל, ווערט דאס א חזקה, ווי מ'זעט אויך אז ס'איז אזוי נשתלשל געווארן, אראפגעקומען אין א אידן למטה, אז א זאך א הנהגה טובה אין וועלכע ער האט זיך געפירט דריי מאל, ווערט דאס ביי אים א מנהג טוב אין וועלכן ער דארף ממשיך זיין, און ס'איז קיין שאלה ניט וואו וועט ער נעמען כח און יכולת מעגלעכקייטן אויף נעמען אויף זיך נאך הנהגות טובות, ווארום וויבאלד אז דאס איז חבל נחלתו און ס'איז חלק הוי'עמו, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער, וואס ער איז בלי גבול, וועט אויך געבן יעדער אידן און אלע אידן, אנשים נשים וטף, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה,
¶10וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדה וואס ס'האט צו אן אסיפה, וואס זי איז אן אסיפה פון נשון ובנות ישראל, ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז ווער שטעלט אוועק די הנהגה פון הויז, אז זי זאל זיין ווי א אידישע הויז דארף זיך פירן, אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט, ווי דערמאנט פריער, אז בשעת דער איד מאכט פון זיין הויז א מקדש איז שכנתי בתוכם הענגט דאס אפ אן עקרת הבית, אן דער פרוי פון דער באלעבאסטער פון דער הויז, און בשעת זי האט קינדער מיידערלעך, איז זי אויך מחנך אין אזא אופן, אז בא זיי ווערט א דבר הכי פשוט, אז בשעת ס'וועט קומען די גליקלעכע צייט, און זי וועט ווערן א קלה, און דערנאך אן עקרת הבית, און אנפירן אויפשטעלן און אנפירן מיט אן אייגענע הויז, וועט דאס זיין א בית בישראל, אן אמת'ע אידישע הויז, וואס במילא איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס איז געבענטשט סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
¶11ובפרט נאך ווי כאמור, אז מ'האט שוין אט די הנהגות ג'פעמים, ג'ימים, ועל דרך זה אויך איז דאך פון די מצוות וואס פרויען זיינען אויסגעטיילט, אף על פי וואס על פי דין, איז דאך בשעת די פרויען פארט אוועק אויף א שבת אדער אויף א יום-טוב, מאיזו סיבה שתהי'איז דעמאלט דארף אין די הויז אנגעצונדן ווערן א נר של שבת און א נר של יום-טוב, און א נר של יום-טוב ראש-השנה, על אחת כמה וכמה א נר של יום-טוב, של ראש-השנה, של כל איות בשבת, ווי דער ערשטער טאג ראש-השנה פון היינטיקן יאר, און וויבאלד אז מאיזו סיבה שתהי'איז די פון געפינט זיך אויף דעם שבת אדער אין אן אנדער ארט, צינגט דאס אן דער מאנסביל, און ער מאכט אויך ליכטיק, מיט דער זעלבער ליכטיקייט, אבער אויך וויסנדיק אז דאס איז די מצוה וואס אייגנטלעך דארף דאס אויסגעפירט ווערן בפשטות דורך עקרת הבית, און מערניט מצד הסיבה אויף דעם ספעציעלן שבת, אדער יום טוב של ראש השנה, שכל אית בשבת, און צינדט אן אט דעם ליכט אין אן אנדער ארט וואו זי געפינט זיך, ווערט דאך דאס
¶12דארטן איר רשות, און זי דארף אויך דארטן מקיים-זיין די מצות הדלקת נר של יום טוב של ראש השנה, שחל להיות בשבת, איז דערפאר איז ער דאס ממלא במקומה, און ס'ווערט אזוי צוזאמען מיט דער ברכה פון שהחיינו וואס מ'מאכט דעמאלט, און ס'ווערט אויך צוזאמען באלוכטן מיט אידישקייט די גאנצע הויז אויף דער גאנצער וואך, וואס ס'קומט לאחרי זה, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז די ערשטע אידישע פרוי איז דאך דאס על דרך פון דעם ערשטער אידישן מאן, וואס דאס איז געווען אברהם אבינו אז זי איז געווען די ערשטע אידישע פרוי שרה עימנו, איז בשעת זי האט מקיים געווען די מצוה פון נר של שבת, איז הי'דולק מערב שבת לערב שבת, געלויכטן אין דער הויז, ביז אין אן אור גשמי, אין א ליכטיקייט, וואס אויך א גשמיות'דיקער אויג דערזעט דאס, ביז וואנענט ס'איז געקומען די צייט אז זי זאל אנצינדן פון דאסניי מיט נאכמער ליכטיקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט, וכמדובר כמה פעמים.
¶13על דרך זה אויך בזמננו אלו, וואס אף על פי וואס מ'ווייס, אז יעדער אידישע פרוי און אידישע מיידעלע האט זיי מקיים די מצוה פון נר של שבת אין א נר וואס האט אין זיך א שיעור, אבער ברוחניות מאכט דאס ליכטיק די הויז, אדער דעם צימער וואו זי צינט-אן די ליכט, ביז וואנענט ס'וועט קומען, זי וועט באקומען די צווייטע געלעגנהייט נאך דערויף אויף אנצונדן פון דאס ניי א נייע ליכט מיט א נייע ליכטיקייט וכו', וואס דאס ברענגט אויך די ליכטיקייט אין אלע ענינים, אן אמת'ע ליכטיקייט, וואס דאס איז דאך פארבונדן דעמאלט ווען מ'האט ניט קיין ענינים פון דאגות חס ושלום, ווארום דער אויבערשטער שענקט א רואיקן לעבן און א ליכטיקן לעבן און א אידישן לעבן אין אלע פרטים, און מ'איז נאכמערער מוסיף, אף על פי וואס שוין פון פריער איז דאס א ליכטיקער הויז, האט די פרוי אדער די מיידה די זכות מיוחדה, אז זי זאל מאכן נאכמער ליכטיקייט, און צוגעבן נאכמער אין דער אידישער ליכטיקייט און געטלעכער ליכטיקייט וואס איז דא שוין פון פריער אין דער הויז, זאל דאס צוגעגעבן ווארן, ביז וואנענט אז מ'זעט דאס אויך מיט איני
¶14בשר, ווי אזוי האט אט די פרוי, און ווי אזוי האט אט די קליינע אידישע מיידעלע האט צוגעגעבן נאך א גשמיות'דיקער נר, און דער נר האט זי אליין אנגעצונדן, און דער ליכט האט זי אליין אנגעצונדן, געמאכט נאכמער ליכטיקייט אין דער הויז, אפילו אז ס'האט שוועסטער וואס זיי האבן אויך געטאן אט די מצוה אין דער זעלבער הויז, ביז וואנענט אויך אפילו אין דעם זעלבן צימער, אין דער ליכט וואס די מוטער זייערע צינדט-אן נאך זיי, כדי זי זאל האבן די מעגלעכקייט אויף פארריכטן זיי אין דעם אופן פון נאכצינדן די ליכט, ווי גערעדט מערערע מאל, איז אין ליכטיקייט אויך ניטא קיין שיעור, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז בשעת ס'קומט-צו נאך א ליכט ווערט נאכמער ליכטיקייט אפילו אין א צימער וואס ס'איז דא כמה נרות, און כגערעדט מערערע מאל בפרטיות ובארוכה אין דעם ענין.
¶15און אט די אלע ענינים איז דאס אויך פארבונדן מיט די אנדערע צוויי מצוות, וואס זיי זיינען אויך מצוות אין וועלכע ס'זיינען מצוה, אנגעזאגט געווארן סיי מענער און סיי פרויען, אבער מקיים זיין די מצוה בפועל, איז זעט מען דאך, אז ס'איז מנהג ישראל, אדער ציווי בתורה, אז דער עיקר ווערט דאס מקויים דורך די פרויען און דורך די מיידערלעך, על דרך זה אויך בנוגע צו פון דער הויז, וואס הויבט זיך אן און איז פארבונדן דערמיט וואס ס'איז מקיים די מצות חלה, און וואס מצות חלה שטייט דאך אין פסוק, אז דאס איז ראשית אריתותיכם אז די אלע זאכן וואס איז פארבונדן מיט עסן פון א אידן, על אחת כמה וכמה פארבונדן מיטן אכילת לחם, דער עיקר פון יעדער סעודה, איז דער ראשית דערפון דארף זיין, וואס מ'גיט אפ און מ'טיילט אפ און מ'גיט אפ דערפון א חלק צו דעם אויבערשטן, בקור כל הברכות, און בורא כל האנשים והנשים והטף, על אחת כמה וכמה פון עם וואס דאס איז גוי אחד בארץ, אבער דאס איז ווי דערמאנט פריער חבל נר יעקב
¶16און חבל נחלתו און חלק הוי'עמו, וואס דאס איז דאך באציט זיך דאך אין דער גלייכער מאס אויף אנשים נשים וטף, מיט א הוספה, אז דוקא בא נשים וואס זיי זיינען דאך מחנך ציען דאך אויף זייערע קינדער און שטעלן איין די גאנצע הויז, אז ס'זאל זיין ניכר אז די גאנצע הויז איז חבל נחלתו פון דעם אויבערשטן, און אויף די אלע מענטשן און די אלע ענינים וואס געפינען זיך אין דער הויז, איז אין זיי ניכר אז דאס איז א הויז וואס געהערט צו עמו, צו דעם אויבערשטנ'ס פאלק, וואס דאס זעט מען דאך בפשטות, הענגט דאס אפ אן עקרת הבית, וואס זי ערציטט זיך אויך אירע קינדער בכלל און די מיידלעך, ווי אזוי זיי זאלן זיך גרייטן צו ווערן עקרת הבית אז ס'וועט קומען די צייט זאל איר הויז, גלייך פון אנהויבס אן אויך ווערן א הויז וואס דאס איז חבל נחלתו, און וואס דאס איז חלקו ועמא, ווי דערמאנט פריער.
¶17ס'קומט אויך צו אין היינטיקן יאר צוויי ספעציעלע זאכן. איין זאך, וואס ראש-השנה איז דער ערשטער טאג, שכל בשבת, וואס דאס באווייזט, אז דער גאנצער יאר דארף א איד זיך משתדל זיין, זיך אנשטרענגען, אז ס'זאל זיין ניכר שבת'דיקייט אין דעם גאנצן יאר, וואס לכאורה אין זאכן וואס זיי זיינען וואכעדיק ברענגט ער אין זיי אויך אריין קדושה, וואס יעדער קדושה איז דאך פארבונדן מיט שבת, און ס'איז אויך פארבונדן דערמיט, וואס דאס קומט אויך אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס ענדיקט זיך ערב ראש השנה ענדיקט זיך צוויי הונדערט יאר זינט דער רבי דער צמח צדק איז געבארן געווארן, וואס דעמאלט האט מען דאך א כלל, ווי דער רבי נשיא דורנו דער שווער האט ערקלערט מערערע מאל, אז דעמאלט איז דער מזל כובד פון דעם וואס דאס איז
¶18זיין יום הולדת, וואס דערפון לערנט מען דאך אויך אפ בהנוגע צו דעם מנהג טוב, איינגעפירט אין די לעצטע יארן, אז א מוטער דארף זיך משתדל זיין, אז בשעת אירער א קינד האט א יום הולדת זאל זי מאכן דערפון אן ענין של קדושה, געבן אליין אויף צדקה, און אויב דער קינד איז שוין שייך דערצו זאל ער אויך געבן פון זיינע אייגענע געלט אויף צדקה, און אזוי אויך אריינברענגען אידישקייט אין דעם צימער וואס איז פארבונדן מיט די קינדער, און ס'איז זייערער א צימער, אז דארט זאל זיין א צדקה פושטש, און נוסף וואס דארט איז דא א סידור און א חומש און א תניא ווי גערעדט מערערע מאל. און וואס אין דערויף איז דאך אויך ערקלערט בארוכה די ענינים אין די דרושים פון צמח צדק, ווי אזוי שבת איז א געבענטשטער טאג, און ער איז אויך דערמיט און פארבונדן דערמיט וואס ער איז ויקדשוהו, וואס ער איז א הייליקער טאג, ווי ערקלערט בארוכה אין זיינע דרושים, און וואס דאס גיט-צו נאכמערער כח, אז יעדער פרוי, ביז אפילו א קליינע מיידעלע, האט דעם פוסק'ן כח מאכן ליכטיק אין דער הויז,
¶19ניט נאר אין איר צימער, נאר דורך דערויף וואס זי וועט אנצינדן אין א מקום מסויים, אדער אויפן זעלבן טיש אין דעם כללות'דיקן את חדר, אדער אפילו ווען זי האט א באזונדער חדר אין איר חדר, ווי דערמאנט מערערע מאל, איז ניט קוקנדיק וואס זי איז ערשט געווארן צוויי יאר, אדער צוויי מיט א האלבן יאר, על אחת כמה וכמה דריי יאר, און אפילו אויב זי איז שייכות דאס צו גלייך ווי זי ווערט שוין אלט א יאר, און הויבט שוין אן רעדן קען זי דאך זיכער מאכן אויך אט די ברכה. און ווי מ'זעט אויך בפשטות די ליכטיקייט פון דעם פנים פון א קינד פון איין יאר, ווען ער זעט אז ער האט אנגעצונדן א ליכט און ס'איז געווארן ליכטיק ארום אים, און א ליכטיקייט ניט קיין געמאכטע, בכלל ניט שייך צו מאכן זאכן וואס דאס איז מערניט ווי א דמיון, נאר דאס וואס א קינד טוט, ובכלט א אידישער קינד טוט, ווערט דאס ביי אים מיט דער גאנצער אמת'קייט און מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיט דער גאנצער שטארקייט פון א אידיש קינד, אז דערנאך זאל ער אזוי ממשיך זיין מפעם לפעם.
¶20ועל דרך זה אויך, ווי ס'פירט זיך ביי אידן, אז אין חינוך וואס אידישע פרויען גיבן צו קינדער, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א מיידעלע, איז מען זיך משתדל צוגעוואוינען די מיידעלע, אז זי זאל זיין אריינגעטאן אין ענינים פון כשרות, אין א כשר'ן אופן און אין א גוטן אופן, און אויך געבן איר א געלעגנהייט, אז זי זאל צוהעלפן איר מאמען אין די ענינים פון די כשרות פון דער הויז, אין די ענינים פון דער ליכטיקייט פון דער הויז, אנהויבנדיק פון אליין אויך אנצינדן א אייגענע ליכטעלע, ועל דרך זה אין די ענינים, אז ס'זאל צוקומען אין דער טהר און אין דער קדושה, און צוקומען דורך דערויף אויך אין די ברכות פון דעם אויבערשטן וואס ער גיט אין דער גאנצער אויבית. וואס דאס האט אויך א ספעציעלע פארבינדונג מיט שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא, אז א נאמען וואס על-פי תורה ווערט דאס א נאמען פון א מענטשן אדער א נאמען פון א זאך, וועלכע זאך ס'זאל ניט זיין, אפילו ווען דאס איז מערניט מצד המנהג, דאס איז דאך אבער מער ווי דריי מאל
¶21האט דאס בא זיך די פוליש שטאנדיקייט, איז דאס אויך פארבונדן מיטן נאמען פון צמח צדק, וואס ווי גערעדט מערערע מאל, ובפרט אין די לעצטע טעג, ווערט דאס דאך אזוי אנגערופן מצד דעם נאמען פון זיין ספר, ביחד עם זה איז דאך דאס א מנהג ישראל, און מיט א תוקף האט דאך דאס אויך אן אינעווייניקסטן אינהאלט און אן אידישן אינהאלט, אינהאלט איז, אז יעדער איד דארף זיין אין אן אופן פון צמח, אז ער האלט אין איין וואקסן, ער באגנוגנט זיך ניט דערמיט ווי ער שטייט אין א גוטן אופן, אין אלע גוטע זאכן, עאכו כמה וכמה אין אלע תורה זאכן, נאר ער האלט אין איין וואקסן, און וויל אז ביי אים זאל צוקומען נאכמערער, און דורך דערויף זאל צוקומען אין דער גאנצער הויז און אין דעם נגאנצן ארום, און דאס איז אויך פארבונדן מיט צדק, ווי דערמאנט פריער אז צדק איז פארבונדן מיט תורה, ווי אזוי דארף דאס וואקסן, און אין וועלכע ריכטונג דארף דאס וואקסן, און וואו נעקט מען דעם כח אז דער וואקסן זאל זיין א שטענדיקער, ווי מ'זעט דאס אין אן אמת'ן צומח בטבע, אז אן ענין פון צומח א בין וואס וואקסט, על אחת כמה
¶22אפילו א קליינער עושה, גראז וואס וואס האלט דאס אין א שטענדיקן וואקסן, אזוי אויך האלט א איד אין א שטענדיקן וואקסן סיי אנשים, סיי נשים, סיי טף, און האלט אין וואקסן אין דער ריכטיקער ריכטונג און אין דעם ריכטיקן אופן און מיט די ריכטיקע כוחות, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט צדק, וואס דער אמת'ער צדק איז דאך דאס תורתנו הקדושה, וואס זי גיט ארויס די אלע דרכי צדק און אופני צדק און הנהגת צדק, פון וואנענט ווייס מען און ווי אזוי ווייס מען ווי דאס איז, און אויך וויסן ווי אזוי דאס דורכפירן בפועל אויף דערויף האט מען די תורה שבכתב און די תורה שבעל פה,
¶23צוזאמענגענומען אין א קורצן לשון פארבונדן מיט מעשה בפועל איז דאס אויסגעדריק געווארן אין שולחן-ערוך בכלל און אין שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן במיוחד, וואס ס'האט דאך אויך די הלכות שבת און הלכות ראש השנה אף על פי וואס ס'איז דאך דא כמה סימנים אין שולחן-ערוך וואס זיינען צו אונז ניט דערגאנגען, אבער הלכות שבת און הלכות ראש השנה האבן מיר זיך אויך באקומען, און באקומען דאס אין א גוטן סגנון, אין א לשון קצרה וברורה אז ס'זאל זיין נאך לייכטער אויף דאס דורכפירן הלכות שבת בשבת און הלכות ראש השנה בראש השנה, און אזוי אויך פון הלכות שבת לערנט מען דאך אויך אפ, ווי דערמאנט פריער, ווי אזוי מ'קען מאכן שבת'דיק די אלע זעקס טעג וואס קומען לאחרי זה, און פון הלכות ראש-השנה לערנט מען אויך אפ אין וואס מ'דארף איינווירקן אויף דעם גאנצן יאר וואס קומט און הויבט זיך אן פון ראש-השנה, אז אין דעם גאנצן יאר זאל זיין ניכר, אז דאס איז א יאר וואס אין דעם אנהויבס פון יאר האט מען געמאכט אלע גוטע החלטות טובות,
¶24אויף וועלכע מ'האט די הבטחה, אז דער אויבערשטער איז שומע תרועת עמו ישראל ברחמים, אז דאס וועט זיכער אזוי דורכנעמען דעם גאנצן יאר, וואס דאס וועט זיין ראש השנה, און זיכער אזוי, בשעת די קביעות איז, אז מ'האט דעם ערשטן טאג פון יאר, ביידע זאכן צוזאמען, אז דאס איז דער ערשטער טאג אין יאר, וואס ווערט אויך אנגערופן ראש דער קאפ פון דעם יאר, און ס'איז אויך א יום השבת, כמדובר כמה פעמים, אז מ'האט א רואיקן יאר, און מ'איז פארנומען מערניט ווי מיט אידישקייט, און מיט גוטע זאכן, ביז מיט הייליקע זאכן, וואס דאס איז דאך די אפלערנונג פון שבת, ווי דערמאנט פריער, און די החלטות טובות פון דעם ראש-השנה, און וואס קומט דערנאך ארויס אין צווייטן טאג אויך פארענדיקן בגלוי אויך מיט תרועת עמו ישראל, ברחמים מיט דער הבטחה, אז דער אויבערשטער איז א זיכערע זאך אז ער האט דאס געהערט, און וועט דאס זיכער מקיים זיין די אלע ענינים פון תקיעת שופר, און זיכער מקיים זיין דער עיקר ענין וואס מ'פועל'ט דורך אלע תורה ומצוותי,' על אחת כמה וכמה דורך מצות תקיעת שופר, אז דאס ווירקט אויך אז פריער,
¶25עאכו כמה וכמה אויף שפעטער, אז ס'זאל זיין בקרוב ממש די ערפילונג פון דער אויבערשטן'ס הבטחה, אז ס'איז די הבטחה פון תקעה בשופר גדול לחירותינו, אז דער אויבערשטער בלאזט אליין גלייך תקיע שופר, און ניט סתם א שופר נאר אין א שופר גדול, ווארום ס'קומט א גאולה גדולה און ס'קומט חירותינו פון יעדער איד און פון אלע אידן, אנשים נשים וטף, וואס דאס איז דאך אויך דער רמז פון צמח-צדק, וואס ווי דערמאנט מערערע מאל איז דאס אויך נעמען פון משיח'ן, וואס ער ברענגט דאך אראפ די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, ועוד והוא העיקר אז פון דער רעדן אין די אלע זאכן, און בפרט נאך אז דערנאך איז מען דאך ממשיך און מסיים פון מאכן יעדערע פון אייך פאר א שליח-מצוה אויף געבן אויף צדקה, און צוגעבן אויך פון זיך אליין א הוספה אויף די שליחות וואס זי באקומט דורך דעם דאלער וכיוצא בזה. וואס דאס איז נאכמער מזרז היילט נאכמערער צו דעם קיום פון אלע ברכות און אלע הצלחות און אלע ישועות, ביז צו דעם קיום פון די ברכה העיקרית
¶26און ברכה הפנימית, און א ברכה וואס קומט תיכף ומיד ממש די ברכה פון תקף בשופר גדול לחירותינו די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש.