עברית
Library

רשימות דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א במשך זמן היותו בעיר ראקשיק

196

ישראל יכונהז, אָבער אויך ניט די תורה ודרך ארץ, יבנה א.ד.ג. אַנדערע שוהלען וועלכע זיינען מיט יעצטיקן פּראָגראַם זייערן, קענען ערציען די אידישע קינדער.

די פּראָגראַמען אין די תורה ודרך ארץ יבנה שוהלען זיינען געשאַפן געוואָרן אין די קאַמף מאָמענטן בעידנא דריתחא, אין דער בלבול צייט, אונטער געוויסע אומשטענדן, אָבער יעצט אַז השי"ת האָט רחמנות געהאַט און אין געוויסע מדינות איז שוין דאָ ב"ה אַ אָרדנונג, מוזען די פּראָגראַמען איבער געזען ווערן און פאַריכט ווערן.

עס מוז געשאַפן ווערן אַזאַ פּראָגראַם וואָס דער אַלטער אידישער וואַרעמער יראת שמים און אהבת התורה געמיט זאָל דאָרט זיין די הויפּט זאַך, און דאַן קענען מיר האָפן אויף אַ דור ישרים יבורך.

רשימה ג

[יום ג', ז' אדר תרצ"א לחבר מרכז תפארת בחורים דליטאח]

דער תפארת בחוריםט אין ליטא אינטערעסירט מיר זייער, הערנדיק פון פערשידענע שטעט און פערשידענע ווינקלען פון ליטא, ווי דער תפארת בחורים פירט זיך ב"ה גוט אוף, האָט דאָס מיר געמאַכט גרויס פרייד.

אַ חוץ די גוטע אופפירונג פון שמירת היהדות און לימוד התורה וואָס דאָס אַליין איז דאָך זייער גרויס, און האָט ניט קיין שאַץ, איז אַ חוץ דעם איז אַז ב"ה דריי טויזנד כן ירבו יונגע לייט זיינען געקומען צו דער ריכטיקער הכרה אַז דער אידישער יוגענד דאַרף זיך שטעלן אין דער שורה פון אַרבעט אין חיזוק היהדות, דאָס מאַכט מיר אַ גרויסע שמחה, און עס גיט דעם גרעסטן האָפענונג אַז אידישקייט וועט פאַר­שטאַרקט ווערן.

דער תפארת בחורים מוזן זיך טיילן אויף פערשידענע צווייגן פון אַרבעט אין חיזוק היהדות. דער פרומער יוגענד מוז וויסן אַז ער דאַרף זיך בעטייליקן אין דער אַרבעט פון חיזוק היהדות אויף אַלע געביטן, שמירת השבת, טהרת המשפחה, חינוך און זאָ ווייטער. יעדער חבר פון תפארת בחורים דאַרף האָבן דעם גרעסטן אינטערעס אין אַלע אָרטיקע מוסדי היהדות.

וויכטיק איז דער מרכז דער וואָס זאָל לייטין די אַרבעט אין אַלע ערטער, צוזאַמען בינדן אַלע צווייגן און שיקן מסדרים אין אַלע ערטער, האָבן אַחוץ שריפטלעכן פאַרבונד אויך אַ לעבעדיקן וואָרט פאַרבונד.

אַלע חברים פון תפארת בחורים דאַרפן האָבן די אופגאַבע פון קריגן הילף שטאַרקן דעם מרכז אַז ער זאָל האָבן די מעגלעכקייט אויספירן זיין אַרבעט.

אַלעס אַ חבר מהמרכז מאַך איך אייך פאַר אַ שליח מצוה, איבערגעבן מיין

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zs8tvm00

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources