Paragraph
Paragraph rh-zs5mfq99
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nhk3qk3x
- order
- RY
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כמדובר, אז מ'האלט אין א יאר וואס ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת וואס כל מלאכתך עשוי,"' און אויך די אכילה שלו איז דוקא יין ישן ובשר שמן, ווי די אכילה פון שבת איז, במילא איז מען דאך דאס ממשיך פון ראש השנה אין כל אברי השנה, אין כל ימי השנה, אז ס'זאל זיין אפילו אין די טעג נאך קודם ווי ס'קומט משיח וואס דאס איז דאך די טעג ביז היינט אינדערפרי, און ביז היינט בייטאג, און ביז היינט תפילת ערבית, כולל אויך אמירת פון אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך, איז נאך אלץ ניט דער ענין פון עשירות, זאגט מען אויך אבער אז אתה מחוייב לעשרי וואס דאס איז, כאמור, א דין בפשטות, וויבאלד אז מ'זאגט, אז קונה עבד עברי קונה עביד כקונה אדון לעצמו, און דאס גייט אויפן אויבערשטן, וואס ער האט דאך געזאגט עבדי אתם, במילא האט ער דאך געמאכט אויף זיי א נאמען געגעבן זיי אז ישראל איז קנין אחד, וואס דאס איז אויך פון לשון חביבות, איז נאכמערער פארשטאנדיק ווי אזוי ס'דארף זיין סעודת שלמה בשעתו, על אחת כמה וכמה די סעודות פארבונדן מיט זמן שמחתנו
- proofread
- 0