יום שמחת תורה תרפ"ט
51
והשיב: ודאי כן, דבענין התיקונים הוא אַ ריצעפּט, וואָס אפילו די עניני התיקונים וואָס שטייען איז דאָך אויך ניט אַלעמען גלייך, דאָס דאַרף מען נאָר אויף יחידות.
יט. דרושי דא"ח הנאמרים בארוכה צ"ל כן מצד האומר, אבל מצד המקבלים שאין ביכלתם לקבל [...] בדרושי כ"ק אאמו"ר הרה"ק זי"ע ישנם חילוקיםצב, עד רס"ה בארוכה, מרס"ה בקצרה, ואח"כ ברס"ו עוד יותר בקצרה, רק שהדרושים המה שבעים, זאַטע, דרושים מיט ריבוי אור, אבל לא באריכות כ"כ.
ושאל אחד: אם הכוונה נאָר אין עבודה אָבער לערנען דאַרף מען אַלץ.
והשיב: כן. דער וואָס קאָן טאָן ממש אַלעס דאָס איז שוין אַ מתנה מלמעלה. ישנם כאלו וואָס האָבן אַ געזונטע גלגלת, דאָס הייסט ניט אין מוחין, נאָר אין גלגלת קען ער מקיף זיין אַ ענין, און ער וועט אַרויף קומען אויף דעם.
כ. צריכים להשתדל בכל עיר ועיר, אַז די שולן זאָלן זיין אָפן כ"ד שעות היום, די שולן דאַרפן קיינמאָל ניט זיין פאַרשלאָסן. אַ איד גייט אַריין אָנוואַרעמען זיך. און אַ גבאי וואָס לאָזט ניט האַלטן אָפן די שול, דאַרף מען אים אַראָפּוואַרפן, נאָר אָן מחלוקת, מחלוקת דאַרף ניט זיין. אָבער מען דאַרף זען אַז די שול זאָל זיין אָפן כ"ד שעות היום. דאָס איז אַ דין, אָט אַזוי דאַרף זיין. אַ איד אַז ער דאַרף זיך אָנוואַרעמען, גייט ער אַריין אין שול וואַרעמט ער זיך אָן מיט אַ שטיקל מדרש. מיט אַ מדרש וואַרעמט זיך אָן אַ איד.
מען זאָל מכריז זיין בכל מקום ומקום, אַז וואו נאָר עס איז דאָ אַ חסידישער מנין, זאָל ער זיין אָפן גאַנצע כ"ד שעות.
אויף די חסידישע מנינים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ זון, איך בין דאָך ניט קיין בעל דעה אויף אַלעמען, אָבער ביי חסידים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ קינד. איז אַלע חסידישע שולן דאַרפן זיין אָפן אַלע כ"ד שעות היוםצג.
והשיב: אין כוונתי להניח הפקר ח"ו, וצריכים לסגור על זמן השינה, ואם ישן בבית הכנסת איז נאָך בעסערצג. און מ'זאָל מאַכן אז איינער זאָל זיך געפינען אין שול זיצן און לערנען וועט ער במילא היטן די שול. וואָרום אַ שול דאַרף זיין אָפן אַ גאַנצן טאָג, און דאָס דאַרף זיין ווי אַ דין פון שולחןערוך, כמו בענין עמידת העמוד שצריך להיות מימין הארוןצג, בריחוק קצת לאמצע החדר, נגד שלחןהקריאה, אזוי דאַרף זיין דאָס וואָס די שול דאַרף זיין אָפן, אַז יעדער איד זאָל קומען דאַוונען און לערנען.
כא. אחד הזכיר על דבר משקה שיקח מצד הפקודה, ווייל מיר לעבן אויף פקודות.
ואמר כ"ק אדמו"ר: די וואַרשעווער פאַרשטייען ניט קיין דיסציפּליןצד. זיי
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-zrrvep0w
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.