Paragraph
Paragraph rh-zrp8a9yb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- ck
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאכמערער שטארקייט אין דעם, ובפרט אז דורך דערויף האלט מען נאכמערער צו, אז ס'זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש, אין אן אופן פון ממש אז מ'וועט דאס אנטאפן מיט דער האנט און באווייזן מיטן פינגער, אט איז שוין געקומען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דורך דערויף איז צוגעקומען בא יעדער אידן אלס א יחיד, על אחת כמה וכמה וואס ס'קומט-צו בא יעדער אידן ווי ער איז אין זיך מאחד און שטעלט מיט זיך פאר א רבים, און ביי עקרת הבית, וואס זי שטעלט מיט זיך פאר די גאנצע הויז, מיט די אלע מענטשן און די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין הויז, ביז וואנענט אז אין הויז געפינט זיך א טיש אויף וועלכן מ'עסט קומט-צו אויך אין דיוק, אין די כשרות פון די זאכן וועלכע זי דערליינגט און זעט אז ס'זאל זיין אויפן טיש, זאל דאס זיין א געשמאקע זאך, סיי בגשמיות און נאכמער ברוחניות, אין תכלית הכשרות, על דרך זה אז זי צינדט אן הדלקת הנרות ערב שבת וואס קומט אין א פאר טעג ארום, על אחת כמה וכמה די הדלקת הנרות פון יום-טוב, וואס מ'מאכט דאך דעמאלט א ברכת שהחיינו, ובפרט דעם יום-טוב פון זמן מתן תורתנו, זאל אויך אויך אין דער ליכטיקייט וואס זי ברענגט אריין אין דער גאנצער הויז, און דורך דערויף וואס די גאנצע הויז ווערט באלויכטן און אין אנהויבס פון דעם מעת לעת, ווי דער ענין פון הדקת הנרות איז דאך, אז מ'זאל באלויכטן די הויז אין אנהויבס פון מעת לעת, און נאך מערער, אפילו איידער מ'מאכט קידוש, און איידער מ'מאכט מ'איז מתפלל ערבית, און בכמה מקומות, נאך איידער מ'איז מתפלל דער מאן מנחה אין שול, איז איידער ער גייט אוועק דאוונען מנחה אין שול איז די באלעבאסטע פירט זיך די עקרת הבית, אז זי איז מקיים די מצוה פון הדלקת הנרות, און דער מאן גרייט-צו דערצו, נעמט איינטייל אין צוגרייטן די נרות, ומנהג ישראל, אז אויך אז דער באלעבאסט נעמט אן
- proofread
- 0