עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

31 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי גערעדט מערערע מאל, איז אף על פי כאטש אפילו דער כינוס וואס מ'טרעפט זיך צוזאמען איז דאך אן ערך אין דער זעלבער צייט, אין דעם זעלבן טאג אדער דער זעלבער צייט, פון כל שנה ושנה יעדער יאר, בסמיכות גאר נאענט צו די טעג פון קבלת התורה פון חג השבוע, איז פונדעסטו, ווי אין אלע זאכן פארבונדן מיט אירישקייט, האט דער אויבערשטער געגעבן אן אנזאג, צוזאמען מיטן כח אויף דורכפירן דעם אנזאג, אז יעדער מאל זאל דאס זיין כחדשים ווי א נייע זאך, און ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט אזוי אן, איז ווערט דאס טאקע אזוי, אז ס'איז ניט נאר ווי א נייע זאך, נאר דאס ווערט טאקע א נייע זאך דורך דעם וואס דאס קומט דערנאך ארויס אין המעשה הוא העיקר, אין דעם עיקר פון צוזאמענטרעפן זיך פון מענטשן בכלל, און פון אידן בכלל בפרט, אז ס'קומט-צו אין לעבעדיקייט, און אין אמת'ע לעבעדיקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט תורת אמת, מיט תורת וואס ווערט אויך אנגערופן תורת חיים, אז זי גיט הוראות און אנווייזונגען ווי אויפצופירן זיך יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר, על אחת כמה וכמה אין די טעג וואס זיי זיינען נאענט צו קבלת התורה, וואס תורה איז דאך אויך דער אפטייטש פון אנווייזונגען און אפלערנונג, און תורת חיים אן אפלערנונג ווי אזוי אויפצופירן זיך אין יעדער טאג, און אויפפירן זיך אין אזא מין אופן, אז דאס זאל מאכן דעם טאג א לעבעדיקן טאג, ווי ס'איז אויך אונטערשטראכן אין דער זאך פון ספירת העומר, וואס דאס געפינט מען זיך נאך אין די טעג פון ספירת העומר, און מ'פרעגט אויף דערויף די שאלה, וואס איז די זאך פון ציילן טעג, וואס ס'ווערט ניט אנדערש

2דורך דערויף וואס א מענטש ציילט דאס יא אדער ציילט ניט איז דער טאג גייט דאך פון זיך אליין, און ס'קומט א טאג נאך א טאג, ביז וואנענט אז ס'קלייבט זיך צוזאמען א ריבוי טעג, ווי דורך ריבוי וואכן, דורך א סך וואכן, וואס טוט מען אויף דער קונט און דורך דער וואס מ'ציילט זיי? לערנט מען דאס אפ פון דער זאך פון ציילן, ווי מ'זעט דאך ביי א מענטשן פירט זיך, אויף וועלכע זאך ציילט מען? א זאך וואס האט א חשיבות, וואס האט א וויכטיקייט, א זאך וואס האט ניט קיין אינהאלט און האט ניט קיין וויכטיקייט, און איז דעם גאנצן ניט נוגע פירט זיך ניט א מענטשער זאל דאס ציילן, צי דאס איז איינע אדער צוויי אדער עטלעכע און פערציק, וכיוצא בזה, ווארום ער זעט אין דערויף ניט קיין וויכטיקייט, צי ס'איז עטלעכע און פערציג אדע ס'איז עטלעכע און דריי סיג אדער ס'איז מערניט ווי איינע אדער צוויי. בשעת אבער א זאך איז וויכטיק, און נאך ניט סתם וויכטיק, נאר מיט אזא וויכטיקייט וואס ווירקט איין אויף די טעג פאר דעם טאג אין וועלכן מ'געפינט זיך, און איז אויך משפיע אז ער ווירקט אויך אויף די טעג וואס קומען נאך דערויף, ובפרט נאך אז די טעג פון וועלכע מ'קומט, און ווען מ'האט אנגעהויבן ציילן, איז וויכטיקע טעג ווי אין דעם פרט פון ספירת העומר, הויבט מען דאך אן ציילן גלייך ממחרת, אויפן מארגן, נאך יציאת מצרים, נאך דעם ערשטן טאג פסח, איז גלייך נאך דערויף ווי מ'קומט-צו-זיך, צו די ענדערונג,

3אז מ'איז ארויס פון מצרים און פון גלות, און מ'איז אריין אין א מעמד ומצב אז מ'איז א פרייער פאלק, און מ'ווערט אנגעפירט פון דעם אויבערשטן דורך משה עבדו, דורך זיין תורה וואס ער האט געגעבן דורך משה'ן, און ווייזט-אן אלע איינצלהייטן פון יעדן טאג, ווי אזוי מ'מאכט פון דעם טאג און פון זיינע פרטים א לעבעדיקע זאך, און א לעבעדיקע זאך, ווי געזאגט, אז דאס גיט-צו נאכמער לעבעדיקייט אין די טעג פון וועלכע מ'איז שוין אפגעציילט, און דאס גרייט-צו נאכמער לעבעדיקייט אין די טעג אין וועלכע מ'גייט אריין, דורך דעם וואס דעם טאג גופא מאכט מען נאכמער לעבעדיקער ווי ער וואלט געווען אן דעם סלום, און ווי ער וואלט געווען דורך דער צוגרייט ציילונג פון די טעג לפני זה, פאר דעם, גיט מען נאך צו נאכאמאל א ספעציעלע ציילונג אין דעם טאג פאר זיך, וואס דא קומט דאך צו דער נייעס וואס מ'זעט אין ספירת העומר, אזוי איז דער דין, ווי מ'זעט דאס אויך בא קידוש און די עלפי כיוצא בזה, אז שהחיינו מאכט מען מערניט ווי דעם ערשטן טאג יום-טוב, און דער טעם פארוואס מ'זאגט ניט נאכאמאל שהחיינו דעם צווייטן טאג? דערפאר וואס אז מ'האט געזאגט דעם ערשטן טאג, ווי מ'זעט דאס אויך אין שבועות, איז בשעת ס'איז ניטא קיין ספק ווי ס'איז געווען בזמן שבית המקדש הי'קיים, האט מען געזאגט שהחיינו מערניט ווי דעם ערשטן טאג, בשעת ס'איז געווארן א ספק וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל מערניט ווי א צוגרייטונג אין חוץ-לארץ, וואס דעמאלט האט מען געהייסן מאכן שחיינו צוויי טעג, משא נכן בשעת מ'מאכט א שחיינו אויף א זאך וואס איז ניט שייך אין דערויף קיין ספק, ווי שחיינו וואס אידן מאכן בשעת מ'עסט א נייע זאך אדער מ'טוט-אן א נייע קלויד, איז בשעת מ'טוט אים אן צום צווייטן מאל איז מען יוצא, ס'איז דאך א פארשטענדלעכע זאך,

4אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן דעם צווייטן מאל אז מ'טוט אן דעם קלויד, אדער דעם צווייטן מאל אז מ'עסט דעם פרי חדש, במכל-שכן וקל-וחומר, אז מ'דאנקט אפ דעם אויבערשטן פארוואס ער האט געגעבן איין טאג, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דאנקט אים אפ, בשעת מ'האט דעם שיינעם קלויד אדער דעם שיינעם מאכל אויף מערערע טעג, איז דאך דאס נאך א גרעסערע ברכה, דארף דאך אים נאכמער דאנקען, אבער שהחיינו מאכט מען מערניט ווי דעם ערשטן מאל באם אנטאן, דערפאר וואס דעמאלט האט מען די כוונה, ווי מ'זאגט אויך אין ברכה, לזמן הזה, ניט ליום הזה, נאר צו דער צייט וואס האט א המשך נאך דעם ערשטן טאג, האט מען דעם נייעם שיינעם קלוי די טעג נאכדעם, און נאך דערויף ווי מ'האט פארזוכט ערשטן מאל, דעם פרי חדש, האט מען דערנאך אויך דעם געשמק, ווען מ'עסט א צווייטע פרי פון דעם זעלבן מאל, דארף מען ניט מאכן שהחיינו נאכאמאל, ס'איז פון זיך אליין פארשטאנדיק, אז ער האט געמאכט שהחיינו, האט ער גלייך מדגיש געווען, אז דאס איז לזמן הזה, אויפן גאנצער צייט וואס דאס ווערט נמשך דער זעלבער פירי אדער דער זעלבער קלויט אדער דער זעלבע הנאה. וואס דערפאר איז אויך ס'קומט צו דער חידוש, אז בשעת ס'קומט צו ספירת העומר מאכט מען א ברכה פון דאסניי בא יעדער טאג פון ספירת העומר, אף על פי וואס מ'האט געמאכט דעם ערשטן מאל בשעת מ'האט געציילט דעם אומר, גלייך ארויסגייענדיק פון מצרים, גלייך נאך דעם ערשטן טאג פסח, איז אז ס'קומט דער צווייטער טאג מאכט מען נאכאמאל א ברכה אויף ספירת העומר, און אזוי יעדער טאג איז מען מוסיף נאכאמאל א נייע ברכה. וואס איינע פון די ערקלערינקען אין דערויף איז, אז כאטש אפילו וואס ס'ווייזט זיך אויס, אז מ'טראכט זיך ניט אריין אין דעם אז דאס איז די זעלבע זאך, נאר ס'ציט זיך נאך א טאג

5און נאך א טאג, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אידן און וועגן אידישקייט, האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן חכמה בינה דעת אין יעדער אידן און אין אלע אידן, האנשים ואנשים, און זיי זיינען אזוי מחנך אויך דעם טף, אז אויך די קינדער זאלן אויך וויסן און פארשטיין, אז בשעת ס'קומט נאך א טאג איז דאס ניט מערניט ווי פארטגעזענט, אט דאס וואס מ'האט שוין אנגעהויבן, און מ'האט שוין געטאן איין טאג אדער צוויי טעג, נאר וויבאלד אז מ'איז אן עם חכם ונבון דארף מען נוצן די חכמה אויף אן עיקר זאך, אז ס'קומט-צו נאך א טאג אין לעבן קומט-צו נאך אן ענין אין לעבעדיקייט, ובפרט נאך אז דער טאג איז אויך א הכנה א צוגרייטונג צו די לעבעדיקייט פון די טעג וואס ס'וועט קומען נאכדעם, און צו די וואכן וואס וועלן קומען נאכדעם, ביז וואנענט מ'וועט קומען צו די שלימות בזה בהנוגע צו מענטשלעכן לעבן, אויף והיו ימיו מאה ועשרים שנה אז דער אויבערשטער בענטשט, מיט אריכות ימים ושנים טובות, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, און בענטשט ניט סתם אז מ'האט הונדערט און צוואנציק יאר, נאר דאס ווערט לעבעדיקע יארן, אנגעפילט מיט לעבעדיקע עבעדיקייט אין אלגעמיין, און דער עיקר מיט אמת'ע לעבעדיקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט תורת חיים, וואס זי ערקלערט און באווייזט די וועג ווי אזוי מ'מאכט פון לעבן, אז דער לעבן זאל זיין אן אמת'ער מענטשלעכער לעבן, וואס דאס איז דורך דעם וואס דאס ווערט אן אמת'ער אידישקייט לעבן, אנגעפילט אז יעדער טאג און אלע טעג ווערן אנגעפילט מיט זאכן פון אידישקייט, און מיט מעשים און דיבורים, און אפילו מחשבות פארבונדן מיט אידישקייט. וואס דאס שטייט מיט נאכמער הדגשה, מיט נאכמער אונטערשטרייכונג בהנוגע צו אן עקרת הבית, צו די וואס זיי שטעלן אוועק די הנהגה, די אויפפירונג, פון דער גאנצער הויז, ווי ס'זאל זיין,

6און ס'זאל זיין אין אן אופן פארבונדן מיטן עיקר, וואס דער עיקר בא יעדער אידן איז דאך תורת חיים וואס איז געגעבן געווארן דורך אלקים חיים, און געגעבן געווארן צו ואתם הדבקים בהוי'אלקיכם חיים צו אידן וואס זיי שטייען אלעמאל ניט סתם פארבונדנדיקייט מיטן אויבערשטן, נאר הדבקים איז צוגעקלעפט און באהאפטן ביז וואנענט אז מ'איז שוין דורכגעדרונגען מיט ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט די עקרת הבית, אז געטלעכייט נעמט דורך זיין גאנצן לעבן, און בנוגע די עקרת הבית, די באלעבאסטע פון הויז, האט זי דעם ספעציעלן כח פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער בורא כל העולם כולו ומנהיגו, ער באשאפט די גאנצע וועלט, און פירט-אן מיט דער גאנצער וועלט איז דאך פארשטאנדיק, אז ער האט דעם כח, און ער נוצט דעם כח, אז די וועלט זאל זיך קענען פירן ווי די וועלט דארף זיך פירן, אז ס'זאל זיין ניכר אז דאס איז א דירה לו יתברך, אז דאס איז ניט סתם א וועלט וואס פירט זיך קיין מנהגי נוהג ווי ס'קומט אויס דורך וועלטליכע געזעצן, און דורך וועלטלעכע הנהגה, נאר דאס פינט זיך לויט די געטלעכע געזעצן פון דעם בורא עולם, פון דעם אויבערשטן, און וואס אידן האבן זוכה געווען, אז זיי האט דער אויבערשטער געגעבן נתן לנו את תורתו ווי מ'זאגט דאס יעדער טאג אין ברכת השחר, אין אנהויבס פון טאג, אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן יעדער אידן און אלע אידן, אז זיי זאלן ווערן זיין אויסגעקלי� ער פאלק, און ווי מ'זאגט אתה בחרתנו מכל העמים, אז אף על פי אז דער אויבערשטער האט באשאפן יעדער זאך אין וועלט, און איז זיכער אז ער האט באשאפן אן אומה שלמה בשעת ס'רעדט זיך וועגן א גאנצן פאלק, האט דאך יעדער פאלק זיין מזל און זיינע אויפטונגען, וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן כח אויף דורכפירן זיי איז אתה וחרתנו מכל העמים

7פונקט ווי מ'האט דאס אין אלע פעלקער, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס האט דער אידישער פאלק, קומט נאך צו בהנוגע צו אידן, אז אתה בחרתנו מכל העמים אז פון אלע פעלקער האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן עמו ישראל, און ווי ס'איז געווען בפועל, ווען איז געווען דער אויסקלייבן, האט זיך דאס אנגעהויבן אין פסח, וואס דעמאלט איז וואס דעמאלט האט דער אויבערשטער ארויסגעקליבן און ארויסגענומען אידן פון צווישן אלע פעלקער, און האט זיי באוויזן ווי מ'דארף זיך פירן און ווי אזוי מ'דארף גיין, און האט זיי ארומגערינגלט מיט עמני הכבוד, באשיצתו, ווי דערציילט אין מדרש פון אלע פיר זייטן, און פון אונטן און פון אויבן, און די תורה דערציילט דאס, כדי א איד זאל וויסן, אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט דעם אידישן פאלק, אז זיין טאג-טעגלעכער לעבן זאל ער זיין ארומגערינגלט מיט אן אמת'ער באשיצונג, וואס דאס איז דער ענן וואס קומט פון כבוד פון דעם אויבערשטן אליין, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער אמת'ער באשיצור, און דער ענן האט אויך באוויזן, דורך דעם ענן הכבוד און דורך דעם עמוד האור, וואוהין מ'דארף גיין און ווי אזוי מ'דארף גיין, אין וועלכע זייט מ'דארף זיך ווענטן און פון וואס מ'דארף זיין אפגעהיט, און מ'פארשפארט גאר אליין טראכטן אין דעם, ווארום דער אויבערשטער, דורך זיין ענן, באווייזט די ריכטיקע וועג, און זינט דעמאלט איז דאס געווען די הכנה, אז אזוי זאל זיך אידן פירן זינט מ'איז ארויס פון ארץ מצרים, און אין אן אופן ווי יעדער גוטע זאך, אז פון מאל צו מאל קומט-צו אין דעם נאכמערער, בפרט נאך אז דאס רעדט זיך וועגן אן עם חכם, דורך דעם אידישן פאלק, וואס ער איז דורכגענומען מיט די אנווייזונגען און מיט דעם כח און נתינת-כח פון דער תורה פון דעם אויבערשטן, איז דאך פארשטאנדיק, אזוי

8זיכער האבן די מעגלעכקייט, און וויבאלד אז זיי זיינען אן עם חכם נוצן זיי אויס די מעגלעכקייט אין דער פולסטער מאס, אז ס'זאל ניט זיין סתם אז ס'איז צוגעקומען נאך א טאג איז צוגעקומען נאכאמאל אז מ'חזר'ט איבער די זעלבע זאך, נאר ס'ווערט בכל יום חדשים א נייע זאך, א נייע לעבעדיקייט, דורך דערויף וואס ס'קומט-צו נאכמער פארשטאנד, ביז א נייער פארשטאנד, וואס אמת'ער לעבן איז, און וואס אמת'ער אידישער לעבן איז, און וואס אמת'ע אידישע אויפפירונג איז, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק אין אזא מין עיקר'דיקע זאך, אז וואס אן אמת'ע אידישע הויז איז, און ווי די עקרת הבית, די אנפירונג פון דער אויפפירונג פון דער הויז, וואס דאס איז דאך די באלעבאסטע און זי פירט אן און זי שטעלט-איין ווי דער מאן זאל זיך פירן אין הויז, על אחת כמה די קינדער, און אין אן אופן ווי מ'לערנט אפ פון ספירת העומר, וואס בשעת מ'ציילט זאכן איז דאך דא צוויי וועגן, אז מ'ציילט די זאך וואס ס'איז צוגעקומען, און אז מ'וויל דערמאנט מען אויך, אז דאס איז ניט דעם ערשטן מאל וואס מ'האט באקומען די זאך, נאר ס'איז שוין געווען אמאל מערערע טעג פאר דערויף, במילא זאגט ער, אז דאס איז ניט דער ערשטער טאג, ניט איין טאג, נאר דאס איז דער צווייטער טאג אדער דער דריטער טאג וכו בשעת ס'קומט צו ספירת העומר, וואס דעמאלט איז דער נוסח פון ספירת העומר, אז ניט מ'זאגט אז דאס איז דער יום שני לעומר אדער דער יום שלישי לעומר דער צווייטער טאג אדער דער דריטער טאג, נאר מ'זאגט אז דאס איז שני ימים און שלשה ימים, ביז אזוי אויך בנוגע צו וואכן, אז דאס איז שבוע אחד ביז שבע שבתות, ביז זיבן פולע וואכן, תמימות תהיינו לכם, וואס דאס באווייזט ווי דער איינפאכער אפטייטש אין דעם, ובפרט נאך בשעת מ'לערנט תורה גיט מען אין דערויף אריין נאך א טיפרן אינהאלט, אז מ'האט אין צוגאב וואס ס'קומט-צו

9מצד דעם טאג, האט מען אויך, דאס וואס מ'האט דערגרייכט אין די טעג פאר דעם, איז אין צוגאב דערצו וואס דאס איז געווען א צוגרייטונג, אז מ'זאל אוועקשטעלן זיך דעם טאג נאך העכער, נעמט מען אויך מיט די אלע דערגרייכונגען פון די טעג פאר דעם, במילא ווערט דאס דעמאלט שני ימים, ער האט די אלע דערגרייכונגען פון דעם ערשטן טאג, צוזאמען דערנאך, אז ס'קומט דער צווייטער טאג, וואלט די אלע דערגרייכונגען מצד דערויף וואס דאס איז דער צווייטער טאג, איז דאס אזוי ווי ווי מ'גייט אויף א לייטער אלץ העכער און העכער, שטייט ער שוין אויף דער צווייטער שטופל פון דער לייטער, און דערנאך אויף דער זיבעטער שטופל, און אזוי ווייטער און אלץ העכער, נאר דא קומט-צו נאך א זאך, אז א צוזאמען מיט די אלע דערגרייכונגען וואס ער האט אויפגעטאן דורך די ערשטן טעג פון ציילן, נעמט ער אויך מיט די דערגרייכונגען פון די פריערדיקע טעג, און ניט דער פירוש איז, אז ער נעמט זיי מיט ווי זיי זיינען, כבוד אז ער איז געווארן אדער זי איז געווארן, אדער דער קינד איז געווארן עלטער, במילא איז ער אויך געווארן קליגיל, אים איז צוגעקומען נאכמער החכמה בינה ודעת, און פאר וועלכע חכמה בינה ודעת, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תורת אמת, אמת'ע חכמה בינה ודעת, און וואס זי אויך תורת חיים, וואס זי באלעבט די אלע ענינים צו וועלכע מ'דערגרייכט דורך דעם, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אזוי מ'באלעבט אלע זאכן וואס מ'האט געטאן, איז דאך א זיכערע זאך, אז די טעג און די דערגרייכונגען פון די טעג וואס מ'האט שוין געציילט, און מ'האט זיי איצטער בא זיך אויך א מזומן, והא ראי'וי מ'זאגט שני ימים מיטן גאנצן אינהאלט פון די ביידע טעג און דעם גאנצן הללט פון שלשה ימים, וואס דאס גיט דאך א פארשטאנדיק וואס טוט מען אויף דורך ספירת העומר, דורך ציילן טעג, ווי דערמאנט פריער אז טעג ווערן ניט מערער,

10אדער ווייניקער דורך דערויף צי מ'ציילט זיי יא צי מ'ציילט זיי ניט, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן עם חכם ונבון, דורך חכמה פון תורה, פארשטייט מען, אז דער אויבערשטער גיט א אידן אריכות ימים ושנים טובות, סיי מערנער סיי פרויען און סיי קינדער, אז יעדער טאג פון א קינד זאל אויך זיין אויסגעפילט מיטן אן אמת'ן אינהאלט, פארבונדן מיט אידישקייט, פארבונדן מיט דורך דערויף וואס גלייך ביים אויפשטיין פון שלאף איז מען אים מחנך, ערציט מען אים אז ער דארף אנהויבן זיין טאג מיט מודה אני לפניך אז ער דערמאנט זיך גלייך און זאגט דאס בדיבור, אז מ'גלה און דערציילט וועגן דערויף זיין פאטער און זיין מוטער און די עלטערע ברידער און שוועסטער, אז ער געפינט זיך צוזאמען מיטן אויבערשטן, ביז אין אזא מין אופן, אז דער אויבערשטער איז דאך זרת בי נשמתי איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער קערט אום די נשמה, קערט ער אים אויף אין א באנייטן אופן מיט מער חיות, אויך מיט מער אידישקייט, און ניט נאר אויך מיט מער אידישקייט, נאר דאס ווערט דער אמת'ער אינהאלט פון יעדן טאג, און אין יעדן טאג איז מען מוסיף נאכמער אינהאלט אין דער אידישקייט וואס איז געווען דעם טאג פאר דערויף, ווי מ'זעט דאך אויך בפועל, אז בשעת ס'זאגט א קינד מודה אני לפניך, און זאגט דאס מיט די אמת'ע תמימות א גאנצקייט און מיט אמת'ע לעבעדיקייט, ביז וואנענט אז ער מאכט מיט די הענט בשעת מעשה, און באווייזט זיין גליק וואס ער איז זכר החזרת בי נשמתי ווערט ער קליגער, במילא גיט ער אויך צו, ניט נאר אין די זאכן וואס ער האט געטאן היינטיקן טאג, און דערמאנט אויך די זאכן וואס ער האט געטאן דעם נעכטיקן טאג, נאר ווי דערמאנט אויך בא די פריערדיקע געלעגנהייטן, אז בשעת ער דערמאנט דעם נעכטיקן לעבן, און דערמאנט אז ס'איז געווען אן אמת'ער לעבן, דורך

11נומען מיט תורת אמת, איז ער אויך מוסיף, אויך אין די זאכן וואס ער האט געטאן, די מעשים און דיבורים און מחשבות וועלכע ער האט גערעדט אדער געטאן מיט א טאג פאר דעם, איז גיט ער צו אין דערויף נאכמער חיות, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות אין שירו של יום, ס'איז דאך דא יעדער טאג וואס וועט זיך זיין שיר און זיין קאפיטל תהלים, וואס די לוים האבן דאס געזונגען אין בית-המקדש, אין יעדן טאג זיין שיר, און דאס איז געבליבן דערנאך דערמאנט יעדער עיד, אז אינגיכין וועט צוקומען, וועט געבויט ווערן, און וועט צוקומען אין אן אפענעם אופן דער בית-המקדש השלישי, וועט מען דעמאלט זאגן דעם שירו של יום אין בית-המקדש.

12אלע צוגרייטונגען אין דער פולסטער מאס, דארף מען זאגן, נאך איידער דער בית-המקדש איז געבויט געווארן דער שבת פאר דעם, און דעם פרייטאג פאר דעם, און דעם דאנערשטיק פאר דעם און די אלע טעג פאר דעם, דורך דעם וואס אין צוגאב וואס ער דערמאנט זיך און דערמאנט די אלע ארום זיך, אז מ'זאל וויסן זיין, אז מ'האט דעמאלט געזאגט עשירות של יום, וואס בפשטות איז דאך דער אינהאלט דערפון, אז מ'לויבט דעם אויבערשטן פארוואס שהחיינו וקיימנו און האט געגעבן אט דעם טאג, א לעבעדיקן טאג, און א טאג וואס מ'קען אים דורכלעבן, און לעבן אין אן אופן ער זאל צוגרייטן אויך די לעבעדיקייט פון די טעג און פון די וואכן און פון די יארן וואס נאך דעם, איז ער אויך מוסיף נאכמער לעבעדיקייט, אויך אין די מעשים וואס ער האט געטאן א טאג פאר דעם, אדער צוויי טעג פאר דעם וכיוצא בזה, איז מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז א חכם האט בכח, אין צוגאב דערצו, אז די אלע זאכן, מעשים און די אלע דיבורים ומחשבות, וואס ער האט דעם טאג, איז בשעת ער דערמאנט זיך נאר אויף די מעשים וואס ער האט געטאן מיט א טאג פאר דעם, אדער מיט כמה ימים לפני זה, מערערע טעג פאר דעם, איז ניטא אין דערויף קיין פארפאלן, חס ושלום, נאר מ'גיט אים אויך כוחות ער זאל אין זיי אויך צוגעבן לעבעדיקייט אויך אין די מעשים וואס ער האט געטאן אין א טאג פאר דעם, און ווי גערעדט אויך בא מערערע קעלעגנהייטן, אז דאס איז ניט סתם א דרשה, נאר דאס איז אויך אן באנווייזונג, גענומען פון תורתנו תורת חיים, אז אין צוזאמען מיט אלע כוחות וואס מ'האט געגעבן יעדער אידן און אלע אידן, האט מען זיי אויך געגעבן א כח, אז זיי זאלן צוגעבן, אז אויך אין די מעשים וואס זיי זיינען געטאן געווארן מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א וואך פאר דעם אדער מיט יארן פאר דעם, האט ער בכח, אז ער זאל אין די

13מעשים אויך צוגעבן נאכמער חיות, נאכמער אידישקייט וכו.' און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז דאס איז ניט א זאך וואס מ'דארף אין דערויף לערנען וואס מיינט מען דערפון דאס איז אן איינפאכע זאך, אז בשעת מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א וואך פאר דעם האט ער אדער זי קיין נומען א ניינטייל אין אויפבויען א מוסד פארבונדן מיט תורה אדער פארבונדן מיט אידישקייט אין אלגעמיין, אדער פארבונדן מיט אן עיקר'דיקער מצוה פון תורה, מיט צדקה, האט ער בכח, און טוט אזוי אויך בפועל, אז בשעת ער מאכט בא זיך דעם חשבון, אז היינטיקן טאג האט ער אויסגעפילט דעם טאג, אז דער טאג איז געווארן א פולער מיט אור עבודה וגמילות חסדים, גיט ער גלייך א חשבון זיך אליין א חשבון צדק, אן אמת'ן חשבון, ווי אזוי האט ער אויסגעפילט דעם טאג פאר דעם און די וואך פאר דעם איז דעמאלט זיכער, וויבאלד אז אים איז צוגעקומען נייע כוחות און נייע חכמה, האט ער די מעגלעכקייט, און אין א לייכטן אופן, אויף צוגעבן אויך אין די מוסדות וואס ער אדער זי האבן געגרינדעט מיט א טאג פאר דעם אדער א וואך פאר דעם, אדער מיט א יאר פאר דעם, אדער אין אן ענין פון חינוך וואס ער אדער זי האט זיך אפגעגעבן מיט מחנך זיין מיט ערציען קינדער, אז זיי זאלן האבן אן אמת'ן לעבן און א ריכטיקן תורה-לעבן פארגעסט ער ניט און זי פארגעסט ניט אויף אירע תלמידים און תלמידות, און זוכט א געלעגנהייט, אפילו אז זיי לערנען שוין ביי אן אנדער מורא, אדער זיי געפינען זיך גאר ניט אין דער זעלבער שטאט געפינט ער א געלעגנהייט, און דער אויבערשטער איז אים מצליח אין דעם, אז זי אדער ער זאל קומען אין פארבינדונג מיט די תלמידים פון יארן פאר דעם, און זיי דערציילן דורך א בריוו אדער דורכן טעליפאן אדער בשעת'ן

14טרעפן זיך, אז אזוי ווי ביי איר אדער ביי אים איז צוגעקומען נאכמער ידיעה אין אידישקייט, און נאכמער ידיעה אין גוטע זאכן, אין קלוגע זאכן און אין הייליקע זאכן מוז ער אדער זי זיך טיילן מיט די צוגעקומענע ידיעות וואס ער האט באקומען, מיט די אלע תלמידים און תלמידות וואס ער האט געהאט מיט א וואך צוריק און מיט א חודש צוריק, און מיט יארן צוריק, און זיי אויך דערציילן, און זי וועט זיי אויך דערציילן, אז וויבאלד אז ביי איר איז צוגעקומען אז מ'האט געדארפט טאן די זאכן וואס זיי האבן געטאן צוזאמען און געלערנט צוזאמען, האט מען דאס געלערנט אין א באשטימטן אופן, וואס דאס איז זיך באגרעניצט לויט די מספר שעות וואס מ'איז געווען צוזאמען, איז בשעת דערנאך קומט-צו נאכמער אין חכ בינה דעת פון דער ערציער, אדער פון דעם ערציער, פון דעם לערער אדער פון דער לערערן, טיילט זי זיך, און דאס גייט אויך אריין אין כלל פון דעם חינוך, אפילו אז אין צווישן איז שוין דער תלמיד אדער די תלמידה אויסגעוואקסן און שוין געווארן זעלבסט-שטענדיק, ביז ס'איז געווארן אויך א לערערן אדער א לערער, און שוין אליין מחנך, אדער זי איז אויך מחנכת, ליגט אויך דער פארבונד צווישן דעם עמליקן מחנך מיט די עמליקע תלמידי, אפילו ווען זיי וואקסן אויס, און זיי וואקסן אויס באמת, אין חכמה-בינה-דעת, ובפרט אין אידישקייט, אז זיי זאלן זיך טיילן דורך מיטטיילן און איבערגעבן מיטן גאנצן חיות ווי ס'איז געווען בשעת ער איז געווען אדער זי איז געווען דער מחנך און די מחנכת און וועט נאכמער צוגעבן אין דעם, וויבאלד אז אין צווישן איז געווארן דער תלמיד און די תלמידה, ער וועט מערער וואקסן און מער קליגער, איז ניט גענוג אז ער אדער זי וועט צוגעבן לויט צי ס'איז געווען דעמאלט דער פארנעם, נאר ער דארף זיך רעכענען און זי דארף זיך רעכענען מיט דעם אויסווייזן פון דעם תלמיד און די תלמידה, און דאס איז א זאך ווי מ'האט ער

15זאגט אין דעם שבת פון וועלכן מ'קומט, אז חזק חזק ונתחזק, וואס דאס ווערט אן אנווייזונג און א נתינת-כח פאר יעדער אידן וואס זאגט חזק חזק ונתחזק, און פאר זיין גאנצע משפחה, אז דער אויבערשטער האט זיי געהייסן, ווארום אזוי איז דער אמת, אז אין אלע זאכן פארבונדן מיט גוטסקייט און מיט הייליקייט און ויט אידישקייט בכלל מאנט מען ביי א אידן, און מ'גיט אים כח, און אז איד איז דאס מקיים, אז יעדער טאג געדענקט ער, אז ווי שטארקער איז געווען אין דעם בשעת מעשה, וויבאלד אז ביי אים איז צוגעקומען דארף צוקומען אין די אלע זיינע פעולות ומעשים ודיבורים וואס ס'איז געווען אויך אין די פריערדיקע טעג, אפילו אין די פריערדיקע חדשים, אפילו אין די פריערדיקע יארן, און ווי גערעדט בארוכה ביי א געלעגנהייט פאר דעם, אז אין דערויף ווי דערמאנט פריער איז ניטא קיין פארפאלן, אדרבא בשעת מ'געפינט א פארפאלענע זאך האט מען דאך א גרויסע שמחה אין דעם, און בשעת מ'האט אין דערויף א גרויסע שמחה איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט האט מען בא זיך מערער כוחות און מערער הבנה און מערער חכמה בינה ודעת, קען מען נאך צוגעבן, אין דער פארפאלענער זאך, אז די זאך זאל זיין ביתר שאת וביתר עוז. און ווי דערמאנט דער ביישפיל פאר דערויף, אז בשעת ער האט געלערנט מיט א תלמיד אדער תלמידה די דינים פון כשרות, אדער על דרך זה די דינים פון הדלקת נרות שבת און נרות יום-טוב, ווי אויך די צוגרייטונג צו הדלקת נרות פון חד השבועי זמן מתן תורתנו, על דרך זה אויך די דינים פון טהרת המשפחה, בשעת ס'איז צוגעקומען אין זיין פארשטענדניש אין די אלע זאכן, אדער אין איר פארשטענדניש אין דער וויכטיקייט פון די אלע זאכן דארף זי דאך, און זי מוז, און זי טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, און מיט א סך הצלחה, אויף דערציילן

16אלע מחונכים און די מחונכות וואס ס'איז געווען אין איר כתה, בשעת זי איז געווען א מראה, א לערערן, אדער בשעת ס'איז געווען אין דער כתה פון אירע תלמידות, וואס זיי האבן שוין געהאט אויך כתות פון זיך אליין, האבן זיי אויך דערציילן וואס ס'איז ביי איר צוגעקומען, אדער ביי אים צוגעקומען, אין דער הסברה, אין דער פארשטענדניש, ווי אזוי די זאך איז וויכטיק, און ווי אזוי די זאך איז גוט, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און ווי אזוי די זאך איז אן עיקר, און אן עיקר גאר דורך דעם, אז דורך דערויף ווערט מען נאכמער פארבונדן מיטן אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער מקור כל הברכות, פון אים ווערן געגעבן אלע ברכות, ביז מאה ברכות בכל יום, ווי גערעדט מערערע מאל, נאך אין די טעג פון ספירת העומר, וואס דאס איז דאך אויך כולל, אז אף על פי וואס מ'מאכט איין ברכה בכל יום, איז דאס כולל אין זיך די אלע ברכות וואס מ'מאכט אין די טעג פאר דעם, און דאס ווערט אויך א צוגרייטונג צו די אלע ברכות וואס מ'מאכט אין די ספירת העומר אין די טעג וואס זיינען נאך פארבליבן פון ספירת העומר, ביז וואנענט אז אין די אלע ברכות קומט-צו נאכמער ברכה און נאכמער הצלחה און נאכמער ווירקזאמקייט, אויף פארשפרייטן אידישקייט בא זיך אליין, אין דעם אייגענער הארץ, און די גאנצע משפחה און דער גאנצער הויז אין וועלכע מ'געפינט זיך אלס א מוטער, אדער אלס א קרת הבית, אדער אלס א טאכטער, אדער אלס א קינד, אדער וכיוצא בזה, איז על דרך ווי דער אויבערשטער גיט כח אין דער תורה, אז מ'זאל דאס צוגעבן אין אזא אופן, אז דאס וואס מ'גיט-צו ווערט דאס בדוגמא ווי א קערנדל פון א פרי, וואס בשעת מ'זייט דאס איין אין א פאסענדן ארט ווארט דערפון אויף א גאנצער בוים מיט נייע פירות, מיט נייע קערנדלעך,

17על דרך זה אויך אין יעדער זאך פון אידישקייט, בשעת מ'פלאנצט דאס איין אין ארץ חפץ, אין א אידישער נשמה, סיי אנשים, סיי נשים, ביז אפילו קינדער האט דאס דער כח, יעדער איד איז די נשמה, אז זי זאל מאכן פון דעם קרנדל, אז דער קרנדל זאל ווערן א גאנצע אילן עושה פירות, און די פירות זאלן האבן אין זיך קערנדלעך, און ווי דערמאנט כמה פעמים, אז מ'דארף ניט זוכן וואס איז דער דוגמא און דער נמשל דערפון, דאס איז גאר איינפאך, אז יעדער פרוי און יעדער טאכטער וואס גרייט זיך, אז בקרוב וועט זי דער אויבערשטער מצליח זיין, אז זי וועט אנפירן מיט א בית שלה, און דארט וועט זי זיין עקרת הבית דארף זיין צוגעגרייט ווי צו פירן איר הויז, זאל זי זיין צוגעגרייט אויף אירן איר הויז, אז ס'זאל זיין אנגעפילט מיט זאכן מיט אמת'קייט און מיט לעבעדיקייט און מיט הייליקייט און מיט געטלעכקייט, דורך דערויף וואס די הויז ווערט אויפגעפילט לויט די יראות התורה, און ווי די תורה ווערט בכל יום חדשים, אז דאס איז מיט א נייער לעבעדיקייט און מיט א נייער שטארקייט און מיט א נייער הייליקייט, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ער האט א נייע ענערגיע, אדער זי האט א נייע ענערגיע, אויף טאן אין די אלע זאכן, און מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דעמאלט איז דערטאן אין אזא מין אופן ווי דערמאנט פריער, ווי מ'האט ערשט געזאגט אין דעם שבת וואס ס'איז געווען ערב פון היינטיקן צוזאמענטרעפן זיך, חזק חזק אז מ'טוט דאס אין א שטארקן אופן און מיט א לעבעדיקן אופן, ביז וואנענט אז מ'זאגט דאס דריי מאל נאכאנאנד, און מ'מגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס מ'טוט דאס אין פערזענליכן לעבן אין פערזענליכן הויז, נאר מ'זאגט אויס און דערמיט איז מען מסיים, ווי בא יעדער אידן איז די הנהגה, אז ער איז ואהבת לרעך כמוך כלל גדול בתורה ווערט פון חזק חזק פאר זיך,

18גלייך דער המשך בזה, ונתחזק, אז מיר אלע צוזאמען, יעדערער, און דערנאך אלע צוזאמען, וועט צוקומען נאכמער חיזוק און נאכמער שטארקייט און נאכמער לעבעדיקייט, אין די אלע ענינים, בפרט די ענינים פון אידישקייט און די ענינים פון תורה, ובפרט אז מ'געפינט זיך אין ספירת העומר, וואס בפשטות טיילט מען זיך די טעג, און מיט א בענקשאפט, ווי תורה דערציילט, אז ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די זאך פון ספירת העומא? דורך דערויף וואס די אידן ארויסגייענדיק פון מצרים פון חג הפסח האבן זיי גלייך אנגעהויבן בענקען ווען וועט מען שוין קומען צו הר סיני און מקבל זיין די תורה אין חג השבועות. די בענקעניש איז געווען אזוי שטארק, אז דאס האט דערנאך דורכגענומען דעם גאנצן אידישן פאלק אויף טויזנטער יארן לאחרי זה, אז בשעת ס'קומט די זעלבע צייט לכאורה, איז דאס טאקע לכאורה די זעלבע לעבעדיקייט, אבער דאס קומט-צו מיט נאכמער חיות די בענקשאפט צו קבלת התורה פון דאסניי. און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז בשעת מ'לערנט תורה, איז וויפל מ'האט געלערנט תורה אין די יארן פאר דעם, און אפילו אז מ'האט געלערנט ביי א ריכטיקן לעמוד און ביי א ריכטיקע מלמדת, און געלערנט מיט חיות און מיט לעבעדיקייט, איז סיי דער מלמד און סיי די מלמדת, און על אחת כמה דער תלמיד און די תלמידה איז נאכמער מוסיף אין פארשטאנד, און פארשטייט נאך טיפער און נאך ברייטער און נאך אויסגעברייטער און נאך העכער די אלע ענינים אין אידישקייט און אין תורה, וואס ער האט געלערנט מערערע יארן און יעדער יאר מוסיף געווען אויף א טאג אויף דעם יאר וואס לפני זה, און בשעת ער האט געלערנט פרשה בחוקותי, דעם שבת וואס ס'איז דורכגעגאנגען און איז געווען דער ערב פון היינטיקן טאג, האט ער מוסיף געווען און זי האט מוסיף געווען אין דעם פארשטאנד אין פרשה בחוקותי נאך מערער ווי זי אדער ער האט דאס פארשטאנען

19און בשעת ער האט געלערנט פרשה בחוקותא אין שבת פרשה בחוקותא, מיט א יאר פאר דעם, אפילו אז יענער יאר איז געווען תסמח און תסמח, ווי גערעדט מערערע מאל גיט דער אויבערשטער כח, און צוזאמען מיט די ברכה פון דעם אויבערשטן, אז דאס זאל זיין מיט הצלחה, אז אין צוגאב צו דער שמחה וואס מ'האט געהאט אין שנת תשמח און תשמח זאל אויך צוקומען אין שמחה און אין חיות און אין לעבעדיקייט אין דעם יאר וואס נאכדעם, און דאס זאל אויך זיין א צוגרייטונג צו שבת פרשה בחוקותי פון שנת תשנ ון, ובפרט נאך אז זיכער וועט דאך יענער שבת פרשה בחוקות זיין לאחרי ביאת משיח צדקנו, וואס ער קומט דאך, ווי מ'זאגט אין אני מאמין, אז מ'גלויבט און מ'האפט און מ'בעט, און מ'בעט אויס אז משיח קומט תיכף ומיד, וועט דאך זיכער דעמאלט צוקומען אויך די אלע השפעות און די אלע ברכות והצלחות וואס ס'קומט צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה, און ווי מ'זעט דאך אויך ביי א אידן, אז בשעת ביי א אידן קומט-צו אין יעודים גשמיים, אין ברכות פארבונדן מיט גשמיות'דיקע זאכן, איז זייענדיק פון עם חכם ונבון, ובפרט די עקרת הבית, וואס זי פירט זיך אן מיט די אויפפירונג פון דער גאנצער הויז, ווי דערמאנט פריער, גיט דאס אריין א נייעם חיות, און מיט א נייע לעבעדיקייט, אויך אין די זאכן און אין די מעשים און אין די מוסדות און אין די פעולות וואס מ'האט זיי געטאן לפני זה, ביז אפילו יארן פאר דעם איז ניטא קיין פארפאלן, ווי דערמאנט פריער, און אויך אין די מוסדות איז מען מוסיף, און מוסיף מיט א נייען חיות און מיט א נייעם תוקף, שטארקער איז חזק חזק ונתחזק, אז ס'זאל צוקומען

20נאכמערער שטארקייט אין דעם, ובפרט אז דורך דערויף האלט מען נאכמערער צו, אז ס'זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש, אין אן אופן פון ממש אז מ'וועט דאס אנטאפן מיט דער האנט און באווייזן מיטן פינגער, אט איז שוין געקומען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דורך דערויף איז צוגעקומען בא יעדער אידן אלס א יחיד, על אחת כמה וכמה וואס ס'קומט-צו בא יעדער אידן ווי ער איז אין זיך מאחד און שטעלט מיט זיך פאר א רבים, און ביי עקרת הבית, וואס זי שטעלט מיט זיך פאר די גאנצע הויז, מיט די אלע מענטשן און די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין הויז, ביז וואנענט אז אין הויז געפינט זיך א טיש אויף וועלכן מ'עסט קומט-צו אויך אין דיוק, אין די כשרות פון די זאכן וועלכע זי דערליינגט און זעט אז ס'זאל זיין אויפן טיש, זאל דאס זיין א געשמאקע זאך, סיי בגשמיות און נאכמער ברוחניות, אין תכלית הכשרות, על דרך זה אז זי צינדט אן הדלקת הנרות ערב שבת וואס קומט אין א פאר טעג ארום, על אחת כמה וכמה די הדלקת הנרות פון יום-טוב, וואס מ'מאכט דאך דעמאלט א ברכת שהחיינו, ובפרט דעם יום-טוב פון זמן מתן תורתנו, זאל אויך אויך אין דער ליכטיקייט וואס זי ברענגט אריין אין דער גאנצער הויז, און דורך דערויף וואס די גאנצע הויז ווערט באלויכטן און אין אנהויבס פון דעם מעת לעת, ווי דער ענין פון הדקת הנרות איז דאך, אז מ'זאל באלויכטן די הויז אין אנהויבס פון מעת לעת, און נאך מערער, אפילו איידער מ'מאכט קידוש, און איידער מ'מאכט מ'איז מתפלל ערבית, און בכמה מקומות, נאך איידער מ'איז מתפלל דער מאן מנחה אין שול, איז איידער ער גייט אוועק דאוונען מנחה אין שול איז די באלעבאסטע פירט זיך די עקרת הבית, אז זי איז מקיים די מצוה פון הדלקת הנרות, און דער מאן גרייט-צו דערצו, נעמט איינטייל אין צוגרייטן די נרות, ומנהג ישראל, אז אויך אז דער באלעבאסט נעמט אן

21טייל אין צוגרייטן דעם נרות שבת און נרות יום-טוב, על כל פנים סימבליש וואס ער דערליינגט די שוועבעלאך אדער די ליכטל וכיוצא בזה, און דורך דערויף ווערט אויך צוגעגעבן אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אז אף על פי וואס לכאורה דעם קידוש פון שבת איז דער זעלבער נוסח, במילא אויך דער זעלבער אינהאלט אין יעדן שבת, על דרך זה אויך אין דעם קידוש פון יום-טוב, פון חג השבועות, אדער אין אנדערע ימים-טובים, דער זעלבער נוסח ווי אין אלע זמני שבועות, איז דאס טאקע די זעלבע ווערטער, אבער דער אויבערשטער גיט כח יעדער אידן, על אחת כמה וכמה צו דער פרוי אדער צו דער טאכטער, ביז א קליין קינד א קליינע מיידעלע, בשעת זי צינדט-אן איר נר שבת, און צינדט-אן דערנאך אז ס'קומט שבועי, דער נר איז שבועות, און מאכט אויך עיר שהחיינו קומט-צו א נייע ליכטיקייט, און אן אמת'ע ליכטיקייט, וואס דערפאר איז ניט אלעמאל באמערקט מען דאס בעיני בשר, אבער תורת אמת איז מבטיח, אז דאס איז א נייע ליכטיקייט, מיט א נייען חיות, מיט א נייער שטארקייט, חזק חזק ונתחזק, ואדרבא, דערפאר וואס דאס איז א רוחניות'דיקע ליכטיקייט, איז דערפאר איז קיין וואונדער ניט פארוואס פליישיקע אויגן, ניט אלעמאל באמערקן זיי אז ס'איז צוגעקומען אין דעם, אבער תורת אמת איז מגלה די סודות און די פנימיות און דער אינהאלט פון יעדער זאך אין וועלט, פונקט ווי זי איז מגלה אז יעדער אידישע נשמה איז א חלק אלוקה ממעל, און דאס איז א חלק אלוקה ממעל ממש, אז דורך דער נשמה ווערט א איד איין זאך, סיי א מאן און סיי א פרוי, מיט ג-טלעכקייט, ביז אין אן אופן אז מ'קען גאר ניט פאנאנדערטיילן צווישן א אידן און צווישן ג-טלעכקייט, און ווי דער לשון הכתוב ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת, אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה רבינו, אז בשעת משה רבינו האט געמאכט דעם משכן, ועל דרך זה ובכח זה ובצוהו

22זה, לויט דעם אנזאג האט שלמה המלך דערנאך געבויט דעם מקדש, וואס אין דעם מקדש איז געווען ענינו, אז דארט איז געווען דער משכן פאר דעם אויבערשטן האט גלייך דער אויבערשטער געזאגט ושכנתי אין דעם בית המקדש, און פאר דעם נאך אין דעם משכן, אבער דער אמת'ער ארט וואו די שכינה געפינט זיך איז דאס אין די אידן וואס זיי געפינען זיך אין בית המקדש, געווען די כהנים און די לויים וכו,' און דורך זיי, ובשליחותם, ביז וואנענט עס געפינט זיך מלכתחילה, אפילו בזמן שאין בית-המקדש קיים, אז דער קשמיות'דיקער בית-המקדש זעט מען אים ניט בעיני בשר, איז דאך אבער גאנץ דער בית-המקדש וואס איז דא אין יעדער אידישער נשמה, ווערט אין דער נשמה זאגט דער אויבערשטער, אז ס'ווערט אין א באנייטן אופן, ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת מבני ובנות ישראל. ועד כדי כך, אז בשעת א מוטער ערצירט אירע קינדער, און ערצירט איר קליינע מיידעלע, אז זי זאל אנצינדן די נרות שבת, דערציילט איר אויך, און לערנט איר אויך דעם פירוש און דעם אינהאלט פון דער ברכה, וואס די מיידעלע מאכט דערנאך פאר זיך אליין אויף איר ליכטל, אשר קדשנו במצוותיו וצונו, להדליק נועה של שבת קודש, אדער דערנאך אויך נועה של יום-טוב, אז בשעת זי צינדט אן מיט איר קליינע פינגער, צינדט זי אן איר קליינע ליכטעלע, איז מיט וועלכן כח טוט זי דאס, און וואס טוט זי דעמאלט אויף? טוט זי דעמאלט אן, אז דער ליכט ווערט א דבר קדוש, און דורך דעם אנצינדן די ליכט, וואס ער איז א הייליקע ליכטל, א מצוה ליכטל, איז קדשנו ווערט אויך צוגעקומען אין דעם עם קדוש, אין דער מיידעלע, וואס האט אנגעצונדן די ליכט, נאכמער קדושה ווי ס'איז געווען ביז דעמאלט, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'קומט שבועות, און מ'מאכט אויך דער ברכת שהחיינו, אז ס'קומט צו נאכמער חיות און

23לעבעדיקייט, אין דער מיידעלע וואס צינדט אן די ליכתעלע, אף על פי וואס דערנאך צינדט אויך אן ווי מ'פירט זיך ביי אידן, אז פריער צינדן אן די וואס זיינען פאר בת מצוה, כדי אז טאמער דארפן זיי האבן פארריכטן עפעס אדער צוגעבן עפעס, זיי זאל קענען די מוטער אדער די עלטערע שוועסטער זיי ארויסהעלפן אין דעם, אבער מ'זאגט שוין אויך די מיידעלע, און זאגט דא� מיטן שם, מיטן גאנצן מוסח פון דער ברכה, אז די צינדט-אן אט די ליכתלים מיט דעם כח וואס דער אויבערשטער האט איר געמאכט נאכמער הייליקער, און ניט סתם געמאכט דורך דיבור אליין, נאר די מצוותך, דורך דערויף וואס ער האט איר געגעבן כמה וכמה מצוות וואס זי זאל טאן, ווי די מצוות וואס זי מאכט אויף ברכת הננין, אדער זאגט מודה אני י, ווי דערמאנט פריער, אין אן אופן אז זי פילט, און די מוטער ער ציט איר אין דעם, אדער די עלטערע שוועסטער, אז זיי זאלן פירן אז דאס איז במצוותיו דאס איז אן אנזאג מיט א נתינת-כח און א צוותא וחיבור פון דעם אויבערשטן, מצוה המצוות, און דאס קומט דערנאך ארויס בגלוי אין דער מצוה פרטית פון הדלקת הנר, אדער נעמען חלה, וכיוצא בזה אין אלע מצוות וואס מ'איז מחוייב בזמן שאין בית המקדש קיים, על אחת כמה וכמה בקרוב ממש וואס דער קיום המצוות איצטער איז דאך א צוגרייטונג אויף נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין ליקוד נרות אין בית המקדש, אין דער מנורה הקדושה, וואס זי באשטייט דאך פון זיבן קני המנורה, וואס זיי שטעלן מיט זיך פאר יעדערער פון זיי יעדער הנהגה און יעדער חינוך וואס איז דא ביים אידישן פאלק, וואס טיילט זיך אלגעמען אין זיבן אופנים פון דער הנהגה, ווי מ'זאגט אויך אין ספירת העומר, אז ס'איז דא א הנהגה וואס זי איז פארבונדן מיט חסד, ביז אז ס'איז דא א הנהגה וואס זי איז פארבונדן מיט מלכות,

24איז דאס שבעה שבועות, שבעה הנהגות, במילא איז אויך אין דער מנורה וואס זי שטעלט מיט זיך פאר דעם גאנצן אידישן פאלק, אויך דא שבע קני המנורה, און פארבונדן אויך מיט דעם בית-המקדש וואס ס'איז דא בא יעדער אידן, סיי מאן און סיי פרוי, ביז א קליין קינד, בנפשי פנימה, ווי דערמאנט פריער, און די אלע ענינים זיינען נאך באלייכטן מערער, ווארום דאס איז במצוותיו איז דאס אן אמת'ע ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, ביז וואנענט אז ס'קומט אויך צו נאכמער ליכטיקייט אין דעם גשמיות'דיקן לעבן, אויך אלס א הכנה צו פרייטיק וצו ערב יו'טוב, איז אויך די טעג פאר דערויף ווערט אין זיי אויך צוגעגעבן נאכמער לעבעדיקייט, אמת'ע לעבעדיקייט, פון תורת חיים, און דורך דערויף אויך נאכמער לעבעדיקייט, לעבעדיקייט, אז ס'זאל זיין א לעבעדיקער גוף פון א שטארקער גוף פון א געזונטער גוף, און אין אן אופן אז דאס קומט נאכמער צו לעבעדיקייט אין די אלע פעולות בכלל, על אחת כמה וכמה אין די פעולות פון עקרת הבית, וואס זי האט דאך אויך דעם זכות פון כל אנשי הבית, אז די אלע מידלידע פון דער משפחה זיינען מסייע זייער זכות, אז זי זאל נאכמער מצליח זיין אלס עקרת הבית, און די טאכטער וואס גרייט זיך זיין עקרת הבית, זאל מצליח זיין אין דער צוגרייטונג, אז בשעת דער אויבערשטער וועט איר מזכה זיין און זי וועט חתונה האבן, און אנפירן מיט דער אייגענער הויז, צוזאמען מיט איר מאן, וועט דאס זיין מתוך שמחה וטוב לבב.

25און אין אן אופן, אז יעדער טאג וועט דאס זיין נאכמער לעבעדיקייט און נאכמער שטארקייט, דערפאר וואס ס'וועט זיין נאך א טאג מערער ווי שכנתי בתוכם, אין איר הויז, פונקט ווי ס'איז געזען ביי איר מוטער, צוט זי נאך ביתר שאת וביתר עוז, ווי מ'זעט דאך אויך בטבע, אז בטבע פון מענטשן איז, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א זון איז טוט ער כל התלוי בו ער זאל זיין אן אמת'למדן אין תורה, נאך מער למדן ווי זיין פאטער איז, על דרך זה אויך בנוגע צו א טאכטער, טוט זי אלץ וואס זי קען אויפטאן אז זי זאל מאכן נאכמער ליכטיקייט און נאכמער אידישקייט, ווי איר מוטער האט געטאן, און ס'איז דאך דא אלעמאל פלאץ און ארט אויף צוגעבן אין אידישקייט נאך מערער און נאך מערער, וויבאלד אז דאס איז בלי הגבלה, דאס איז במצוותיו פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט ניט קיין באגרעניצונג. און טאן אין די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב. וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון נרות שבת, פארבונדן מיט דעם יום שמחתך אלו השבתות, על אחת כמה וכמה נרות יום-טוב,

26ערשטע ביידע טעג יום-טוב מאכט מען נאך דערצו שחיינו אז ס'קומט אויך צו אין דעם שחיינו און קומט אויך צו אין קיימנו און קומט אויך צו אין דעם והגיאנו לזמן הזה דאנקט ער דעם אויבערשטן, און זי דאנקט דעם אויבערשטן, פארוואס דער אויבערשטער האט זי אויפגעשטעלט, וואס קיימנו איז דאך ניט סתם אז די זאך איז דא, נאר די זאך געפינט זיך אין אן אופן פון קוממיות, על דרך ווי מ'האט ערשט געליענט אין דער פרשה ואולך אתכן קוממיות. און דאס ווערט די אלע ענינים א צוגרייטונג, און א שנעלע צוגרייטונג און א גיחע צוגרייטונג, און בסמיכות ממש, אז דאס ווערט ממש רגעים פאר דער גאולה המצות והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער אור חדש על ציון טהור אז ס'וועט צוקומען נאך א ליכטיקייט נאך מערער ווי די ליכטיקייט ווי ס'איז געווען אין מקדש ראשון און אין מקדש שני און דעם משכן, וועט דאס זיין אור חדש על ציון טהור אויף גאנץ ציון, וואס דאס גייט דאך אויף גאנץ ירושלים, וואס זי איז דאך געווען און איז אויך איצטער די הויפט-שטאט פון גאנץ ארץ ישראל, וואס גאנץ ארץ ישראל איז דאך די הויפט פון כל הארצות כולם, קבוע ארץ ישראל, מכל שעל הארצות, אפילו בגשמיות, על אחת כמה וכמה ברוחניות אין אינהאלט פון אידישקייט און אין געטלעכקייט, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך און ברענגט אויך מיט זיך אלע ברכות, ונתתי גשמיכם בעתם ביז ונתתי שלום בארץ ביז ואולך אתכם קוממיות ווי מ'האט ערשט געלייענט דעם שבת, און דערנאך מסיים געווען און אויסגערופן חזק חזק ונתחזק. און ס'ווערט גלייך נאך דערויף דער ונתחזק אלע צוזאמען, דורך דערויף וואס יעדערער און יעדערע איז מוסיף אין ואהבת לרעך כמוך, במילא ווערט דער ונתחזק ניט סתם פון דער משפחה אליין, אדער אפילו פון די אידן וואס לעבן אין דער זעלבער גאס אדער אין דער זעלבער שכונה

27נאר פון די אלע אידן פון כל קצוי תבל ווערט איין און איינציקער פאלק, אן עם אחד אפילו אז מ'איז מפוזר ומפורד בין הגויים, מ'געפינט זיך נאך אין זמן פון גלות, שטייט מען מיט אן אחדות יעדערער מיט אלע צוזאמען, ביז וואנענט אז אפילו גויים זעען אז דאס איז אן עם אחד, וואס זיי זיינען פארבונדן, און די אחדות זייערע איז פארבונדן, דורך דערויף וואס דתיהם שונות מכל עם זיי זיינען מקיים די אלע דתות, די אלע אויפפירונגען ווי זיי שטייען אין תורה אחת, און האבן אין דערויף ברכה והצלחה, וויבאלד אז דאס איז געגעבן געווארן די דתות פון דעם מלך הוי'אחד, ווי מ'זאגט דאך יעדער טאג אין קריאת-שמע, וכמה פעמים ביום, אין ענין הקריאת-שמע, אפילו די וואס זיינען מקצר-אין קריאת-שמע זאגן מערניט ווי איין פרשה אדער מערניט ווי ג'פרשיות, אן די איבעריקע זאכן אין ענינים, ווי ס'איז דא פארשידענע מנהגים בנוגע צו קליינע מיידעלעך אדער צו קליינע אינגעלעך וכיוצא בזה, אבער יעדערער זאגט דאך דעם ערשטן פסוק בשלימותו, וואס דער ערשטער פסוק איז דאך שמה ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד איז מען ממשיך דעם הו אי אחד אין אלע אירע, אדער זיינע הנהגות אין אלע מעשים און דיבורים און מחשבות, על אחת כמה וכמה אז דו איז דאס ממשיך, אז ס'ווערט ושכנתי בתוכם ווערט דאס נמשך, און אין אן אופן גלוי, אז מ'גייט אריין אין דער הויז, זעט מען, אז דאס איז א הויז אין וועלכע ס'געפינט זיך און רוט געטלעכקייט, צוזאמען מיט אלע ברכות וואס דער אויבערשטער גיט, און די אלע זאכן צוזאמען ווערט ואולך אתכן קוממיות בפשטות, ווי רש'י טייטשט אפ, אז דאס גייט אויף דעם ביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועלן אידן ארומגיין בקומה זקופה ס'וועט ניט זיין די זאך וואס על כל פנים בפנימיות טראכטן בא זיך, אז מ'געפינט זיך אין גלות קען מען האבן אן אויפגעהויבענע קאפ ווי ס'דארף זיין, אויפגעהויבן די אידישע קאפ פארבונדן

28אידישקייט, וויבאלד אז ס'איז דא זאכן וואס גלות שטערט דערצו, און האלט דאס אפ, בדוגמא ווי דער זאך פון מקריב זיין קרבנות אין בית-המקדש מוז מען איצטער יוצא-זיין, און ונשלמה פרים שפתינו דורך אנצינג דורך מקריב זיין דער מתפלל זיין יעדערער ביי זיך אין הויז, אדער נאך בעסער אין בית הכנסת, און דאס ווערט ונשלמה פרים שפתינו אז דער אויבערשטער פאררעכנט דאס פונקט ווי מ'וואלט מקריב זיין די קרבנות אין בית-המקדש, איז דורך יעדער תפילה און דורך יעדער מצוה, על אחת כמה וכמה א מצוה וואס איז פארבונדן מיט ברכת שהחיינו, און ווי אלע מצוות זיינען פארבונדן מיט א ברכה אין וועלכע מ'דערמאנט נאכאמאל, אז דאס איז קדשנו במצוותיו פון דעם אויבערשטן היילט דאס נאכמערער צו, אז ס'זאל ז ממש די גאולה האמיתית והשלימה. ובנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו וועלן מיר אלע צוזאמען זיין, ווארום מ'וועט קומען ינני שמיא גאר אויפן שנעלסטן אופן, אלע צוזאמען אין ארץ הקודש, און אין ירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש השלישי מקדש, אדנ-כוננו ידיך. ובפרט נאך אז מ'איז מוסיף במיוחד די מצות צדקה, ווי ס'פירט זיך דער מנהג, אז אזא מין קענת איז פארבונדן און מ'איז אים מסיים דורך מאכן יעדערער פון אייך פאר א שליחה, אויף געבן א צדקה וואס מ'גיט, און אין די מטבע וואס מ'גיט, און צוגעבן אין דערצו פון אייגענע מטבעות, און דער עיקר פון אייגענע הארציקייט און פון אייגענע לעבעדיקייט און פון אייגענע זריזות, ביז וואנענט אז מ'ווערט א נר להאיר, וואס אויב מ'ווינטשט דאס אזוי אלע אידן מאנסלען, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט פארלאנגט און געגעבן געווארן כח אויף יעדער פרוי וואס זי איז מקיים הדלקת הנרות, ביז אפילו א קליינע מיידעלע, אז איר ווערט די קליינע מיידעלע א נר להאיר, באלייכטן איר הויז נאך מערער וויפל ס'ווערט באלויכטן דורך דעם אור וואס איר

29מוטער גיט אריין דורך איר הדלקת הנרות, און מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז בשעת מ'צינדט-אן נאך א ליכטל, אפילו א ליכטל, אין א צימער, אין א הויז, קומט-צו נאכמער ליכטיקייט אין דער גאנצער הויז, אפילו אז פאר דעם איז שוין געווען אנגעצונדן כמה נרות, פון מערערע מיידעלעך אדער אפילו פון ערוואקסענע אף על פי וואס איר מוטער ווארט ביז וואנענט זי וועט אנצונדן איר ליכטל, האבן דאך אבער אנדערע מוטערות שוין מקדים געווען, און זייערע טעכטר האבן שוין אנגעצונדן, און אויך די מוטערס קומט-צו, קוקנדיק אויף דעם וואס ס'איז שוין אנגעצונדן כמה נרות, איז מ'זעט דאס אויך בעיני בשר, דא זעט מען יא מיט פליישן-קעגן, אז ס'קומט-צו נאך א ליכטל, אפילו אז דאס איז א בית מלאי נרות, בפרט נאך נרות של מצוה, ווערט צוגעקומען קומט-צו און ס'ווערט צוגעגעבן נאכמער אין דער ליכטיקייט פון דער גאנצער הויז, און דאס אלע צוזאמען וועט נאכמער צוגעבן אין דעם אור חדש על ציון תאיר אז ס'וועט זיין נאך שנעלער און נאך פריער די גאולה האמיתית והשלימה, דעמאלט וועט זיך מקויים ווערן בפשטות דער אור חדש על ציון טהיר. און בשעת מ'איז נאך מוסיף אין דעם האפן אויף משיח זקומען, און טאן יעדערע אלץ וואס הענגט אפ אן איר, דורך קיום המצוות בכלל, און דורך קיום פון די מצוות וואס ס'איז ספעציעל פארטרויט געווארן צו פרויען און צו מיידערלעך, צווישן זיי אויך די מצוה פון הדנקת נר שבת, ווי ס'איז געווען דער פרייטאג לפני זה, און זיין דער פרייטאג לאחרי זה, וואס אפילו אז משיח קומט אין צווישן, איז דאך אויך דא דער תורה זו לא תיום מוחלפת, און אויך דעמאלט וועט יעדער אידישע מיידעלע און אויך יעדער אידישע פרוי האבן די מצוה וואס דוקא זי וועט מדליך זיין דעם נר שבת פון פרשה במדבר,

30נרות יום-טוב פון חג השבועות און שבתות שלאחרי זה, און די נרות יום-טוב פון חג השבועות און ימים טובים שלאחרי זה, און וויבאלד אז דער אויבערשטער זעט ווי אידן זיינען און וואס אידן האבן מחליט געווען, ובפרט וואס די עקרת הבית האט מחליט געווען, היילט ער נאכמער צו די גאולה האמיתית והשלימה, אזוי אז תיכף ומיד ממש קומט די גאולה האמיתית והשלימה. ובפרט ווי ס'פירט זיך, אז מ'איז מסיים מיט מאכן שליחות אויף אפגעבן אויף צדקה און מתי זיין משלו, איז דאך די סגולה פון צדקה, אז זי היילט נאך מערער צו אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, עאכו כמה די ברכה עיקרית וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל, און מיט כלל ישראל, אף על פי וואס ער האט פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט, איז דורך דערויף וואס א איד אדער א פרוי איז מקיים איין און איינציקע מצוה אין דעם ארט וואו זי געפינט זיך, גיט זיי צו ליכטיקייט און קדושה בא יעדער אידן, סיי מערנער און סיי פרויים, בכל העולם כולו, און דאס אלץ פארבינדט נאכמערער אידן אלע צוזאמען, אז ס'ווערט אן עם אחד און וואס דאס גופא איז נאכמער ממהר די גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש.

31איז דא קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions