Paragraph
Paragraph rh-zr3n8ct4
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- 8g
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אריינלייגן קערנדלעך פון תבואה און פירות, וועט דאס דעמאלט דערפון אויסוואקסן בית, חטה ושעורה וגפן ותאנה ורימון אין זית שמן ודבש, אלע גוטע פירות אויף וועלכע ס'הענגט אפ דערנאך דער ארץ ממנו תציא לחם, אן וועלכע ס'הענגט אפ דעם מענטשנ'ס לעבן, אז דארף ער דאך אנקומען צו דעם מזון וואס שפייזט אים, כדי די נשמה זאל זיין א געזונטע נשמה אין א געזונטן גוף, און טאן געזונטע זאכן אין א געזונטן אופן, וואס דאס איז פארבונדן מיטן אמת'ן געזונט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אויפפירונג לויט די אנווייזונג פון דער תורה, און מ'דארף זיך ניט שרעקן, וואס לכאורה איז דאך דאס א גרויסע ארבעט, במילא אויך ניט קיין לייכטע ארבעט, איבערמאכן פון א פעלד ווי זי ווערט על פי תורה אנגערופן בשם שדה וואס דאס איז דאך אין תורה שבעל פה איז דאך א חלק דערפון אויך אין מאמרי תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אויך כולל דעם משל, אז
- proofread
- 0