עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

49 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי ס'איז א כלל ווען אידן טרעפן זיך איז פותחין בברכה, וואס דער עיקר הברכה איז דאך דער ענין השלם, דברך את עמו ישראל בשלום און ווי מאמר חזל בזה, אז דאס איז דער כלי המחזיק ברכה לישראל איז דער ענין השלם, עאכו כמה וכמה אז מ'געפינט זיך און מ'טרעפט זיך אין א זמן מיוחד, וואס דאס איז א געבענטשטער זמן פון חודש אלול בכלל, וואס ס'איז דאך חודש הרחמים, און ווי דער אלטער רבי איז מבאר מיטן משל הידוע, אז דעמאלט געפינט זיך דער מלך מלכי המלכים הקב", ודער אויבערשטער אליין, בא שדה, א פעלד, וואס דאס איז דאך א משל און א באשרייבונג, ווען מ'פארנעמט זיך מיט פעלד-זאכן, ניט ווי מ'געפינט זיך אין א שטאט, וואס דעמאלט איז דאך יעדער זאך מיט א סדר מסודר, מיט הייזער, און די הייזער האבן מעבל, און דער מעבל האט סדרים, און שומרי הסדר, אז מ'געפינט זיך אין א פעלד, איז דאך דאס אן אפענער

2פלאץ, און האט ארום זיך ניט קיין סכן וואס פארשטעלן אדער באגרענצן וכו,' וואס לכאורה איז דאך דאס א מעמד ומצב פון א רשות הרבים. זאגט מען, אז אלול איז דער צייט וואס דער אויבערשטער, וואס ער איז דאך דער מקור כל הברכות, דעם ענין פון שלום און דער ענין הסדר, און אין סדר ווי פארבונדן מיט תורה דוקא, וואס תורה ווערט דאך אנגערופן דרכיה דרכי ליהם וכל נשיבותי'שלום, איז אט דעמאלט געפינט זיך דער אויבערשטער מיט זיין גאנצן ענטפלעקונג ווי א מלך איז, וואס דערפאר ווערט ער אנגערופן בשם מלך, אז ס'איז ניכר אז דאס איז דעם אויבערשטנ'ס וועלט און דעם אויבערשטנ'ס ממשלה, במילא איז אויך דעם אויבערשטנ'ס דרים, צוזאמען דערמיט איז נאך דער וועלט אין א מעמד ומצב אין א תושתם פון א פעלד, און ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדלעך, אז א איד האט אויף זיך די שליחות אויף מתקן זיין אלע זאכן פון דער וועלט,

3אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון שלימות, ווי דאס איז אין א גאנצן אופן און אין א שלימות'דיקן אופן, אין א פולקאמענדיקן אופן, וואס דערפון דארף מען דאך האבן א גרויסע עבודה, אן ארבעט, און אן ארבעט וואס ווערט געטאן מיט דעם כל לבבך וכל נפשך וכל מאדך, וואס דוקא דעמאלט איז די ארבעט מיט שלימות אין הצלחה, הצלחה'דיקע שלימות און א שלימות'דיקע הצלחה, במילא איז דארף מען האבן, אז דער איד, סיי א מאן סיי א פרוי, זאל נעמען אויף זיך, מתוך שמחה וטוב לבב, דעם אויבערשטנ'ס שליחות, וואס אין קורצן און צוזאמען דערמיט אין א קלארן אויסדרוק, באשטייט די שליחות אין עשות לו יתברך דירה בתחתונים, אז ניט נאר אז ס'זאל ניט בלייבן קיין מעמד ומצב פון א פעלט, נאר ס'זאל זיין דער מעמד ומצב פון א שטאט וואס דאס איז א מקום משה פון מענטשן פון מן המדבר, פון די שטאט גופא ניט ווי אין דער שטאט איז דער מעמד ומצב אין די גאסן אדער אין די פארשטישן

4ניט שטיילן פון דער שטאט, נאר ווי דער מעמד ומצב איז אין א דירה, וואס די דירה, אפילו ווען דאס געהערט צו תחתונים, ווערט זי אנגערופן בשם דירה און בפרט נאך, אז דאס זאל זיין א דירה וואס זי האט צוגעפאסט, אז ס'זאל זיין א דירה לו יתברך, אדער אין לשון פון כתוב, ושכנתי בשכל אז דער אויבערשטער זאגט, אז דאס איז זיין דירה, ווי אין א דירה וואס ס'איז מדוייק דער אויסדרוק, אז א דירה ווערט אנגערופן א דירה פון א מענטשן, להבדיל, ווערט דאס אנגערופן אט דער ארט וואו דער מענטש געפינט זיך, דער עיקר פון זיין לעבן, און געפינט זיך דארטן אין אן אפלעקטן אופן, אז ס'איז ניט ער איז דארט באהאלטן און באהאלטן באהאלט זיך אויס און אנטפלעקסט זיך ניט, נאר אדרבא דוקא דארטן איז דער ארט אויב ער וויל זיך אנטפלעקן גייט ער אוועק פון אן אנדער ארט, ביז וואנענט ער קומט אן אין זיין דירה.

5ובפרט ווען דאס רעדט זיך א דירה פון א מלך, איז דאך באוואוסט, אז דאס איז דעמאלט וועט ווערט די דירה, וויבאלד אז דאס איז פון א מלך, ווערט זי ניט סתם א דירה, נאר א דירה ווי א פאלאץ, וואס א פאלאץ האט דאך דער אונטערשייד לגבי א דירה, אז ס'האט אין זיך אלע שיינע זאכן און אלע טייערע זאכן, און אויך והוא העיקר אלע הייליקע זאכן, האלט מען דאס ניט אין א פעלד און ניט אין א מיטן שטאט, אין א גאס, נאר מ'האלט דאס דוקא אין דער גירה פון דעם מענטשן, להבדיל, צו וועמען די זאכן געהערן, און אזוי אויך, די אידן ווערן דאך אנגערופן בשם אדם, ווי דער פשוט'ער טייטש אין דעם איז א מענטש, צוזאמען דערמיט זאגט מען, אז אדם איז פון דעם אויסדיקער אדמה אויף א מענטש דארף זיך צוגלייכן, ביז וואנענט אדמה לעליון אז אין וואס פאר מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען שטרעבט ער, און טוט אלץ וואס הענגט אפ אן אים, כדי ער זאל ווערן צוגעגליכן צו דעם אדם אשר על הכסא ווי דער לשון אין די נבואה איז, אז בשעת מ'האט געזען דעם אויבערשטן האט מען דאס געזען אין א משל

6וואס דער משל פארגלייכט דאס צו אן אדם היושב על הכסא, וואס אט אזוי איז אויך דער אויבערשטער, אז דאס איז זיין דירה געפינט ער זיך דארטן אין אן אושן אז ער איז יושב על כסא המלכות, וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת א מלך איז יושב על כסא המלכות, אפילו ווען דער כסא שטעלט מען אוועק בשדה, איז דאס דעמאלט איז דער מלך און דער כסא המלך ווערן די בעלי-בתים אויך אין דעם שדה. און מ'פארבינדט צוזאמען ביידע זאכן, אז ניט מ'פארלאנגט פון א אידן על דרך ווי ס'ווערט פארלאנגט אין שבת'דיקע טעג, אדער אפילו אין סתם אלול'דיקע טעג, מצד ענינים ווי זיי ווערן באשריבן אין ספרי מוסך, מוסיף אין דערויף דער אלטער רבי נאך קלארער, אז דאס ווערט פארלאנגט, אז מ'זאל מאכן ווי די וועלט איז מצד עצמה, איידער א איד ארבעט אויף איר איז זי דאך דעמאלט ווי א פעלד, וואס א פעלד האט אין זיך די גרעסטע מעגלעכקייטן, אבער די מעגלעכקייטן אין א פעלד זיינען באהאלטן, און מ'דארף האבן אז ס'זאל קומען א מענטש און דער מענטש זאל דארטן

7אריינלייגן קערנדלעך פון תבואה און פירות, וועט דאס דעמאלט דערפון אויסוואקסן בית, חטה ושעורה וגפן ותאנה ורימון אין זית שמן ודבש, אלע גוטע פירות אויף וועלכע ס'הענגט אפ דערנאך דער ארץ ממנו תציא לחם, אן וועלכע ס'הענגט אפ דעם מענטשנ'ס לעבן, אז דארף ער דאך אנקומען צו דעם מזון וואס שפייזט אים, כדי די נשמה זאל זיין א געזונטע נשמה אין א געזונטן גוף, און טאן געזונטע זאכן אין א געזונטן אופן, וואס דאס איז פארבונדן מיטן אמת'ן געזונט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אויפפירונג לויט די אנווייזונג פון דער תורה, און מ'דארף זיך ניט שרעקן, וואס לכאורה איז דאך דאס א גרויסע ארבעט, במילא אויך ניט קיין לייכטע ארבעט, איבערמאכן פון א פעלד ווי זי ווערט על פי תורה אנגערופן בשם שדה וואס דאס איז דאך אין תורה שבעל פה איז דאך א חלק דערפון אויך אין מאמרי תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אויך כולל דעם משל, אז

8דער מלך נמצא בשדה איז דאך דאס אן אמת'דיקער טיטול, אז דאס איז בדוגמא ווי א פעלד, אבער וויבאלד אז דער מלך געפינט זיך אין פעלד, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ווירט גלייך אויף די אלע וואס געפינען זיך אין פעלד, ביז וואנענט ועל אחת כמה וכמה אויף מענטשן וואס געפינען זיך אין וועלד, ובפרט נאך אז די מענטשן ווערן אנגערופן בשם אדם ניט אדם סתם, נאר על שם וואס דאס איז אדמה לעברין דערפאר וואס זיי זיינען צוגעגליכן, זייער לעבן איז איינגעשטעלט אין אן אופן, אז זיי שטרעבן בכל יום ויום, ניט נאר אין די שבת'דיקע טעג און יום-טוב'דיקע טעג און ימים-נוראים'טעג, נאר אין וואכעדיקע טעג, איז דאך די שטרעבונג פון יעדן אידן און פון אלע אידן ובפרט נאך ווען מ'געפינט זיך אין א זמן סגולה, וואס דאס איז דאך ווי חודש הרחמים, האבן דאך טעג אין זיך א ספעציעלע סגולה און כוחות וואס מאכן נאך לייכטער פאר א אידן די ארבעט, אין מקיים זיין זיין שליחות אויף איבערמאכן פון דער א פעלד, זאל דאס ווערן א דירה,

9און פאר וועמען א דירה? ניט נאר א דירה פאר סתם מענטשן, און ניט נאר פאר סתם אידן, נאר פאר די אדירה פאר דעם מלך מלכי המלכים הקב וך הוא, און מ'מאכט נאך לייכטער די ארבעט, אז ניט ער ווארט ביז וואנענט די מענטשן גייען ארויס פון פעלג און קומען צו אים און זוכן אים אויס אין דער עיר הבירה, אין דער הויפשטאט, און דארטן גייען זיי און זוכן אויס דעם ארמען דעם פאלאץ פון דעם מלך, און אין דעם ארמען, אין דעם פאלאץ, זוכט מען אויס דעם חדר אין וועלכן דער מלך געפינט זיך, נאר דער סדר, ובחודש אלול, איז א פארקערטער, אז דער מלך גייט פון זיך אליין ארויס אין דעם פעלד, און אט דארטן ווייסן אלע, וויבאלד אז תורת אמת האט דאס שוין מודיע געווען און מפרסם געווען אין די הונדערטער און טויזנטער יארן ווי זינט תורה איז געגעבן געווארן, אז ס'וועט קומען דער חודש אלול איז שוין געגעבן געווארן תורה שבעל פה, אויך דער משל פון דעם אלטן רבי'ן, אז דעמאלט געפינט זיך דער מלך מלכי המלכים הקדוש ערוך הוא אין דער פעלד,

10געפינט זיך דארטן ווארום ער ווייס און ער ווארט, און במכבל בסבר פנים יפות ער באווייזט א שיינענדיקן פנים, ופנים שוחקות, און אים נעמט-אויף יעדער מענטשן וואס געפינט זיך אין שדה נעמט ער זיי אויף מיט א פנים יפות, ופנים שוחקות, מיט א שלוחל'דיקן פנים, און מיט א לייכטיקדיקן פנים, וואס דאס מאכט נאך לייכטער, און דאס גיט-צו נאך באנייטע כוחות, אין צוגוף דערצו וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן אלס א נשמה בגוף, בשם מהלך, אז מ'האלט אין אין גוי מדרגא אל דרגא, אז יעדער איד שטייט דאך ניט אויפן זעלבן צושטאנג, נאר ער נוצט אויס אלע זיינען מעגלעכקייטן, צו להעלות בקודש, צו מוסיף זיין אין זיין אידישקייט און אין זיין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, במילא האלט ער אין איין שטייגן מיט יעדער ווארט פון תורה וואס אים קומט-צו, און יעדער מצוה וואס ס'קומט-צו אין זיין לעבן איז דאס מוסיף אין אים, אז ער שטייגט נאך צו א העכערע דרגא,

11גייט דאס אן דעם גאנצן יאר נאכאנאנד, ובפרט נאך, אז אין דעם יאר איז מען שוין דורכגעגאנגען די ערשטע עלף חדשים, וואס דאס זיינען כמעט אלע חדשים פון יאר, ובפרט נאך, אז דער יאר ווערט דאך אנגערופן מיט די ר תיבות, ווי אידן זיינען דאס מפרש, אז דאס איז תהי'תהי'שנת ניסים אז דאס איז א יג וואס איז מסוגל און האט אין זיך א ספעציעלע סגולה, אז ווען א איד וויל פירט ער אויס אז מיט אים זאל זיין א הנהגה ניסית, העכער פון דרך הטבע, וואס דאס קומט ווען אידישקייט שטייט ביי אים בגלוי, וואס אידישקייט איז דאך העכער פון טבע, במילא איז פארשטאנדיק אז א איד פירט זיך און ער גיט צו אין דער אידישקייט אין זיין טאג-טעג לעכן לעבן, איז די אידישקייט גיט-צו אין דעם אידן נאכמערער אויפגעהויבנקייט פון וועלטישקייט און פון זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט וועלט, צוזאמען דערמיט געפינט ער זיך דוקא אין דער וועלט, און געפינט זיך דוקא אין דער וועלט מצד דער שליחות זיינער, איז דאך פארשטאנדיק, אז זיין געפינענדיק זיך אין וועלט איז ן ענין וואס דער אויבערשטער

12וויל דאס אזוי, און פארוואס וויל דאס דער אויבערשטער אזוי וואס ער איז מקור כל הברכות וההצלחות, איז דאס דערפאר וואס אין דערויף וואס ס'שטייט די גרעסטע ברכה והצלחה וואס א איד קען האבן אין זיין לעבן, וואס דאס איז דער מאכן א דירה לו יתברך, אויפבויען דעם פאלאץ פאר דעם אויבערשטן דורך דערויף וואס ער מאכט צום אלעם ערשטן, זעט ער, אז ס'זאל מקויים ווערן ווי דער לשון הכתוב ושכנתי בתוכם וואס בתוכם איז דאך דער אפטייטש דער פשוט'ער אפטייטש, בתוכם אין דער אינעוועניקייט, אין דער פנימיות פון יעדער אידן, וואס דאס איז זיין נשמה, און די נשמה געפינט זיך אין זיין גוף, ווערט דאס אויך דער שכנתי בתוכם אין דער נשמה און אין זיין גוף, און וויבאלד אז דער גוף איז פארבונדן אויך מיט א דירה גשמית, איז ער מקיים אין דער דירה גשמית אויך די שליחות פון ושכנתי בתוכם בדוגמא ווי דער פירוש הפשוט אין דעם הפסק ושכנתי בתוכם גייט דאך דאס אויף דעם משכן וואס מ'האט געבויט אין

13עולם הזה הגשמי, און ס'איז געבויט געווארן דורך משה רבינו, וואס ער איז דאך דער רואי ישראל, ט דער וואס האט אנגעפירט מיט אידן יענעם דור, און דערנאך ווערט דאס נמשך אין די אלע דורות שלאחרי זה, דורך דערויף וואס ער איז קיבל תורה מסיני און האט דאס דערנאך איבערגעגעבן צו יעדער אידן און אלע אידן, ביז סוף כל הדורות, און במילא האבן דאך אידן אין זיין דור בפשטות געגעבן פון זייערע זאכן, פון זהב וכסף ונחושת, פון די אלע זאכן וואס מ'רעכנט אויס, כדי מ'זאל אויפבויען אויך א גשמיות'דיקן משקר אויף וועלכן דער אויבערשטער האט גלייך געזאגט, אז דאס ווערט אנגערופן בשמן משכן, וואס משכן איז דאך דער אפטייטש פון א דירה, נאר ניט סתם א דירה, נאר ס'איז א דירה וואס איז פארבונדן, אז דארטן געפינט מען זיך אין אן אופן פון אן אמת'ע דירה, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם שוכן וואס שוכן איז ניט סתם דור ער געפינט זיך דארטן, נאר ער געפינט זיך דארטן אין אן אופן פון שוכן, וואס דאס איז א פעסטער

14דירה. און דאס ווערט אזוי אויך, אז אין די גשמיות'דיקע זאכן ווערט די גשמיות באלעבט מיט די רוחניות, ובפרט מיט די רוחניות וואס יעדער איד ברענגט אריין אין זיינע חלקו בעולם, און אזוי טוען יעדער איד און אלע צוזאמען, וואס זיי זיינען דאך די באלעבאטים אויף וועלט, ווארום צוליב זיי איז דאך וועלט באשאפן געווארן, ווי רש'טייטשט אפ אויף בראשית ברא אלקים אויף בראשית בצביל ישראל שנקראו ראשית און איז גלייך אויך מוסיף בראשית איז דאך דער אפטייטש און די ווערטער בי ת ראשית, איין ראשית אידן, און דער צווייטער ראשית די תורה, און זיי גייען ביידע צוזאמען אין דעם זעלבן ווארט, תורה קען מען ניט פאנ נ דערטיילן, ישראל אורייתא איז דאס איין און איינציקע זאך, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויף תורה, אז היא חיינו ואורך ימינו, און אזוי ווי חיינו ואורך ימינו, איז דאך בשעת א איד געפינט זיך בשדה, איז אויך דעמאלט געפינט ער זיך דארטן אלס א לעבעדיקער איד, במילא איז אויך האט ער אין זיך די אמת'ע לעבעדיקייט,

15דאס איז די לעבעדיקייט פון חיינו ואורך ימינו דורך זיין טאג-טעגלעכן לעבן לויט די אנווייזונגען פון תורת חיים, און מקיים-זיין אירע מצוות אויף וועלכע ס'איז געזאגט געווארן וחי בהם, אז יעדער איד און אלע אידן, אנשים נשים ונשים, און אויך וטף, איז זייער לעבן באשטייט אין דעם לעבן פארבונדן מיט תורה און אידישקייט, ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין אלע טעטיקייטן דערביי, אפילו בשעת מ'שלאפט, איז דאך אויך די הכנה, די צוגרייטונג צו דעם שלאפן מזדח, דורך זאגן דעם ענין פון קריאת-שמע, וואס קריאת-שמע איז דאך גלייך דער ערשטער פסוק בזה פון שמע ישראל את הוי'אלקינו אז דער אויבערשטער גיט אלע כוחות און איז דער מקור כל הכוחות, ווי אפגעטייטשט, און אין אן אופן פון הוי'אחד ווי דער סיום פון דעם פסוק, און דערנאך מאכט אזוי דער איד בגלוי, אנטפלעקט דאס אין יעדער טייל פון זיין לעבן, במילא אויך אין יעדער טייל פון זיין חלקו בעולם, ביז וואנענט ווי געזאגט פריער ער מאכט פון דער גאנצער וועלט א דירה לו יתברך, אפילו פון דעם

16חלק אין וועלט, וואס אין וועלט גופא איז דאס דער ענין פון דער פעלד וואס געפינט זיך אין וועלט מאכט ער אויך אין פעלד, אז זי זאל מתאים זיין, זי זאל זיין צוגעפאסט, אז ווען דער מלך מלכי המלכים הקב",ה איז נמצא בשדה, איז אט דעמאלט איז יעדער איד און אלע אידן, זיי האבן שוין צוגעגרייט גלייך פון ראש-חודש אלול אן, און נאך פריער נאך בא שבת מברכין אלול, וואס דעמאלט בענטשט מען זיך אין חודש אלול אין אלע זאכן, ובמיוחד אין די זאכן וואס איז פארבונדן מיט חודש אלול במיוחד, וואס דעמאלט איז דאס א חודש הרחמים און חודש הברכות און חודש ההמשכות, אז די אלע ברכות והמשכות ווי דער אויבערטער מתוך אלס מקור הרחמים, און גיט דאס מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ובפרט נאך אז מ'פירט זיך אויף אין חודש אלול לויט דעם ראשי-תיבות פון אלול, וואס איינער פון די היפך ראשי תיבות'ן אין ווארט אלול איז דאך אני לדודי ודודי לי און מ'זאגט דאס יעדער טאג פון

17חודש אלול, און ניט איין מאל א טאג, נאר סיי אינדערפרי און סיי נאענט צו דערנאכט, אין תפילת מנחה און נאך תפילת מנחה, ווערט אט דעמאלט פון אני לדודי ווערט אויך דער דודי לי אז דער אויבערשטער, וואס ער ווערט געמיינט אין דעם פסוק מיטן ווארט ודודי ווערט אנגערופן אין דעם פסוק בשם דודי וואס דודי באווייזט אויף א צושתם און אויף א געפיל פון לבשאפט, אז דער אויבערשטער שטייט אין אן אופן פון גלוי, אין אן אנטפלעקטן אופן, אלס נער ישראל ואוהבהו אז דער אויבערשטער איז מגלה זיין אהבה צו יעדער אידן, צו אנשים און צו נשים און אויך צו ב, ביז גאר צו קליינע קינדער. און טוט דאס אין אן אופן וואס דאס איז וואנענט אז דער פסוק תורת אמת זאגט, אז דודי ווערט אינגאנצן איבערגעגעבן צו לי, צו יעדער אידן, אפילו צו א קליין אידישער קינד איז מען דאך אים מחנך און מ'געוואוינט אים איין, ובפרט די הקרת הבית די מוטער זיינע, אדער די עלטערע שוועסטער

18אין זאכן פון אידישקייט, ביז וואנענט אז אין יעדער זאך ווערט ער דערמאנט, און מ'דארף אים גאר ניט דערמאנען, ער געדענקט דאס פון זיך אליין, אז ער האט דעם גרעסטן גוטע פריינד זיינע, און דער גוטער פריינד וואס די פריינדשאפט פון דעם גוטן פריינד שטייט אין אן אופן גלוי, וואס דערפאר ווערט דער גוטער פריינד אנגערופן בשם דודי און שטייט אין אן אופן גלוי, אז ס ניט נאר סתם מוטע פריינטשאפט, נאר לי האט דאך אויך דעם אפטייטש ווי תורה טייטשט אפ, אז בשעת ס'שטייט דער אויסדרוק לי מיינט מען דאס, אז דאס איז אין אן אופן אז אינו זז לעולם דאס בלייבט אן אייביקער צושטאנד, אז די אהבה און דער צושטאנד פון דודי ווערט דער דודי לי אן אייביקער צוזאמענבינדן פון אידן, מיטן אויבערשטן, ובפרט נאך אין זמנים מסוגלים, וחודש אלול, איז אט דעמאלט ווערט דאס אינו זז לעולם, דאס איז מיט אזא פעסטקייט, אז אין יעדער רגע איז ניכר, אז דאס איז אן אייביקער פארבונד, און אז דאס איז אן אייביקע ליבשאפט, און כאמור ווי ס'זאגט אז דאס איז פארבונדן מיט דער תורה, וואס תורה איז

19נצחית, און מצוות זיינען נצחיים, און אויך עם ישראל יעדער איד און איילע אידן האבן דאך אין זיך די נשמה שנתת בי איז טהורה היא און אז דאס איז אתה ורתא און דערנאך די אלע לשונות וואס זיי באווייזן ווי אזוי דער אויבערשטער האט זיך אריינגעגעבן מחלק הוי'עמו יעקב חבל נחלתו, ווער ווערט די נשמה כביכול פון יעדער אידן, ביז א פיצל קינד, און דאס באלעבט אים אין אלע זיינע פעולות, ובפרט אפילו ווען ער געפינט זיך אין פעלד, וואס אין נמשל איז דאך דאס ווען ער פארנעמט זיך מיט די פעלד-זאכן פון וועלט, איז אויך ווערט דאס א טייל, און ער שטייט אין פעלד עצמו, שטייט ער בגלוי צוזאמען מיטן מלך, און דער מלך איז אים מקבל בסבר פנים יפות, ווי דער אויסדרוק פון דעם אלטן רבי'ן אין דעם משל און דער ביאור בזה, ווי ער ברענגט אראפ אויך דעם פסוק פון קול הוי'ויהי'לנו, אז דער אויבערשטער שטייט אין א ליכטיקן אופן,

20וואס דאס איז דאך אויך וואס דער אנהויבס פון ווארט אלול איז אויך מיטן שם פון דעם אויבערשטן, ווי ער ווערט אנגערופן בשם אל אלף למ וד און דאס איז דערנאך אויך ממשיך ווי די סופט תיבות פון חודש אלול איז דאך דא פון אני לדודי ודודי לי איז דאך דא די אנטקעגן די פערציק טעג וואס הויבן זיך אן פון ראש-חודש אלול און ענדיקן זיך מיטן פערצנטן טאג, וואס דאס איז דער טאג פון יום הכיפורים, וואס דעמאלט איז דאך דער אידן דומין למלאכים, זייענדיק דא נשמות בגופים דעתו האבן זיי ריינע קלוידע, וואס דערפאר איז דאך אויך דער נמשל בזה, ווייסע קלוידע, וואס דאס באווייזט, אז מ'איז ריין פון יעדער אידן וואס איז ניט אין אזא מין אופן ווי דער אויבערשטער וויל, במילא איז דאך און ס'איז דוקא דער ענין פון אפילו ווען ס'איז געווען אמאל א פלעק, איז דאך געווען די עבודה נאך פאר חודש אלול, אז מ'האט פון אלע פלעקן אפגערייניקט זיי און מבטל געווען, ואדרבא מ'האט זיי מהפך געווען, אז ס'זאל זיין כשלוג ילבינו אז זיי ווערן אלע אין א ליכטיקן אופן

21ווי יאיר לנו און אין א ווייסן אופן, ווי דאס איז דאך געווען דער צבע, דער כלור פון די בגדו כהן גדול, בשעת ער איז אריין אין קודש הקדשים, ובכלל אין די עבודות פנים איז דאך געווען אנגעטאן אין בגדי לבן, איז דאך תורתינו תורת חיים גיט כח יעדער אידן, אז ער זאל קענען דורכפירן יעדער רגע פון יעדן טאג און פון יעדן יאר, אז ער זאל זיין אין א מעמד ומצב פון א כהן גדול, ווי דער כהן גדול געפינט זיך אין בית המקדש, אין דעם הייליקסטן ארט פון בית המקדש, אין קודש הקדשים, אזוי ווי דער כהן גדול איז דאך דער הייליקסטער צווישן אלע אידן ווערט דער כח געגעבן צו יעדער אידן צו אלע אידן, אפילו צו קליינע קינדער, אז זיי זאלן זיין בכל השנה כולה אין א מעמד ומצב פון א כהן גדול אין קודש הקדשים וביום הכיפורים. און דאס זאל זיין אין א פריילעכן אופן, וואס דערפאר איז דאך דער טאג פון יום כיפור פארבונדן דערמיט וואס גלייך ווי ס'ענדיקט זיך דער טאג זאגט מען

22לא כחול בשמחה לחמך, אז דער טאג ברענגט אריין נאך מערער שמחה אין דעם לעבן פון יעדער אידן און אין דער אידישקייט פון זיין לעבן, ער לערנט תורה און מקיים מצוות מתוך שמחה וטוב לבב. און ער טוט דאס נאך ווען ער געפינט זיך בשדה, און דאס קומט אים אן אין א ליישטן אופן, וויבאלד אז דער מלך געפינט זיך מיט אים צוזאמען אין דעם שדה, און מקבל פניו בסבר פנים יפות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער באקומט דעמאלט ספעציעלע כוחות, און פריילעכע כוחות, און גאר שטארקע כוחות, אויף דורכפירן אלע זיינע רצונות, אז ס'זאל זיין רצונות פסק פאר א אידן, אידישע רצונות, דורכפירן זיי אין מעשה בפועל, והמעשה הוא העיקר. וואס אט דאס ברענגט אויך אראפ במשך כל השנה כולה דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלע זאכן אין וועלכע מ'נויטיקט זיך, ובמיוחד אז ס'זאל זיין א געזונטער לעבן בכל הפרטים, בגשמיות און אויך ברוחניות, און ביידע זאכן צוזאמען, בגשמיות וברוחניות,

23גם יחד א געזונטע נשמה אין א געזונטער גוף, ובמיוחד געזונטע משפחות, אז סיי די עלטערן און סיי די באבע זיידע און סיי די קינדער און די אייניקלעך און די אור-אייניקלעך זיינען אלע נשמות בגופים געזונטע נשמות און געזונטע גופים, און האלטן אין איין שטייגן אין לעבעדיקייט, ווי א אידן'ס שטייגן אין לעבעדיקייט איז דורך דערויף וואס ער שטייגט אין תורה ומצוותי,' און ער שטייגט דאס אן קיין הפסק בזה, ווי דערמאנט פריער, אפילו ווען ער געפינט זיך און פארנעמט זיך מיט פעלד-זאכן, איז אויך דעמאלט איז נוצט ער אויס די פעלד אויף מאכן פון איר אן ארט אין וועלכן ס'וואקסן אלע געזונטע פירות, אנהויבנדיק פון חיטה ושעורה, און דערנאך אויך די אנדערע פינף מינים אין וועלכע נשתבחה ארץ ישראל, און צוזאמען ווערט דאס שבעה מינים שנשתבחה בהם ארץ ישראל. וואס דאס איז אויך כנגד, דאס שטימט דערמיט וואס יעדער איד און אלע אידן

24שטייען אלע צוזאמען אין דער זעלבער מנורה, וואס זי באשטייט פון שבע קני המנורה, פון זיבן אופנים ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן מיט יעדערע פון די מדות שבלב, און די אלע זאכן, ניט קוקנדיק וואס לכאורה איז דאס א לאנגע ארבעט, און ניט קיין לייכטע ארבעט, זאגט מען, אז דאס איז אני לדודי אז דער איד איז איינגעשטעלט געווארן אין אן אופן אז מלכתחילה איז ער באשאפן געווארן, און דערנאך טוט ער, אלץ וואס ס'הענגט אפ אין דעם אני אן יעדערער פון זיינע כוחות און אלע זיינע כוחות פון וועלכע ס'שטעלט זיך צוזאמען זיין אני איז דאס איינגעשטעלט, אז דאס זאל זיין אין דער ווענדונג און אין דער ריכטונג און אין דער פארבינדונג מיט לדודי ווי אזוי ס'שטייט אין פארבינדונג מיטן אויבערשטן, ובמיוחד דורך לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה און מקיים זיין זיינע מצוות, און טאן דאס ווי מנהג ישראל אין חודש אלול, אז נאך מערער ווי א איד איז פארבונדן מיט תורה ומצוותי במעשה בפועל כל השנה כולה, איז מען נאך מוסיף אין דעם אין ימי פון חודש אלול, וואס צוזאמען דערמיט וואס דאס איז חודש הרחמים

25איז דאס אויך די התחלה פון די פערציק טעג פון ראש-חודש אלול לאל, ווען משה רבינו האט אנגעהויבן באקומען די לוחות אחרונות, אויף דערנאך זיי איבערצוגעבן צו יעדער אידן און צו אלע אידן אין זיין דור און אין די אלע דורות, במשך פון די דרייסיק טעג פון אלול, און דערנאך די צען ערשטע טעג פון תשרי, וואס צוזאמען ווערט דאס ארבעים יום, וואס דאס איז אויך א רמז אויף דער גאולה, וואס די גאולה איז דאך אויך פארבונדן מיט מספר ארבעים, למרבה המתאה ושלום אין קץ, למרבה השלום ומתו אין אן אופן אז דאס איז פערציק טעג פארבונדן מיט גאולה, ביז די גאולה האמיתית והשלימה שאין אחרי'גלות. און ווי דערמאנט אין דעם ילקוט שמעוני וועגן וועלכע מ'האט גערעדט מערערע מאל ווי אין די לעצטע וואכן, וואס ער זאגט אין ילקוט שמעוני, אז בשעת אין דער וועלט איז ניט רואיק, און מלכות מתגרות זו בזו מ'האלט זיך אין איין טשעפען, איין מלוכה מיט דער צווייטער מלוכה איז אט דעמאלט גיט דער אויבערשטער כח צו יעדער אידן, און יעדער איד איז מקיים און נעמט-אוי�

26דעם אויבערשטנ'ס רוב, וואס ער זאגט, אז בני למה אתם נבהלים פארוואס טראכט איר וועגן דערשרעקן זיך מצד דערויף וואס אומות העולם זיינען ניט בשלום איינע ווי די צווייטע. וואס איר זאלט וויסן זיין, ווי ער איז מסיים אין דעם ילקוט שמעוני, אז משיחן של ישראל גואלם של ישראל שטייט שוין איצטער על גגש של בית המקד און איז מכריז ומודיע צו יעדער אידן און צו אלע אידן, און רופט זיי אן בשם ענבין, וואס דער ענין פון אן עניו איז דאך, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז ניט חס ושלום ער איז א שפל, ער האט ניט אין זיך קיין מעלות ווארום ער איז א שפל, אן עניו איז דאך בדוגמא ווי דער תיטול עניו בנוגע צו מענטשן, ווערט דערמאנט בעיקר בנוגע צו משה רבינו, וואס ער איז געווען דער עניו מכל האדם אשר על פני האדמה און דערנאך איז דאס אזוי געווארן בא יעדער אידן אזוי, בפרט דורך דעם חלק פון משה רבינו, וואס ער טוט זיך דאך אן אין דער נשמה פון יעדער איד און פון אלע אידן, און שטייט דארט אין אן אנטלעקטן אופן, וואס דערפאר איז דאך יעדער איד אנשים ונשים וטף

27קומט אים אן לייכט, ער דארף נאר וועלן באמת, איז אט דעמאלט קומט אים אן לייכט פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל אין טאג-טעגלעכן וואכעדיקן לעבן, על אחת כמה וכמה דער לעבן אין חודש אלול, על אחת כמה וכמה דער לעבן אין שבתים פון חודש אלול, און די ימים-טובים פון חודש אלול, אנהויבנדיק פון ראש-חודש אלול, וואס ס'איז אלעמאל צוויי טעג, און דערנאך ווערט דאס אזוי נמשך גלייך אין די ימים-טובים וואס קומען בהמשך צו חודש עזר, וואס דאס איז דער ראש השנה, און דערנאך דער יום הכיפורים, און מ'זאגט אויך, אז דאס איז פארבונדן מיטן מזל ארי וואס ארי איז א ראשי-תיבות אלול און ראש השנה און יום הכיפורים הושענא רבה, אז דאס איז דערנאך ממשיך דעם גוטן קוויטל וואס יעדער איד באקומט צו הושענא רבה, און מ'דארף גאר ניט ווארטן ביז ס'וועט קומען דער יום פון הושענא רבה, נאר ווי ער זאגט אין מדרש, אראפגעבראכט אין טור, אז נאך ערב ראש השנה שטייען שוין אידן אין א מעמד ומצב פון שמחה, וואס דערפאר איז לבשים לבנים טוט מען אן פריילעכע קליידער און ליכטיקע קליידער און ריינע

28קלוידער און ווייסע קלוידער, און דערנאך אזוי ממשיך פון ראש חודש אלול נאך פאר דעם אין שבת מברכין אלול, ווי דערמאנט פריער, ובפרט נאך אז מ'שטייט שוין אין חודש אלול און נאך חי אלול, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש, אז דאס איז דער טאג וואס ברענגט אראפ דעם חיות דער לעבן פון יעדער אידן, און די אידישקייט פון זיין לעבן, אין יעדער טאג פון חודש אלול, ובפרט נ ך אין די טעג וו ס זיי זיינען בסמיכות צו ימי הסליחות, וו ס דערנ ך קומט גלייך די ימי ראש השנה און די קביעות פון היינטיקן י ר, ז גלייך נ ך ימי ראש השנה קומט גלייך שבת קודש, און ד ס איז שבת וו ס איז פארבונדן ווי יעדער שבת און מיט יתר שאת ביתר שאת, דער ערשטער שבת פון יאר, איז דאס פארבונדן מיט יום שכולו שבת והנוחה לחיי העולמים, איז דאס אויך פארבונדן און דאס פארבינדט אין אן אופן ווי דערמאנט פריער לי אין א שטארקן פארבונד, אין א פארבונד וואס ס'איז גלייך ניכר, אז אינו זז לעולם דאס בלייבט אן אייביקער פארבונד פון אני לדודי ודודי לי,

29און פא רבונדן מיט טוב הנראה והנגלה, וו ס ד ס ווערט אין ן נטפלעקטן אופן, דורך דערויף וו ס אידן זיינען אין ן אופן פון אנילי דודי און דער אויבערשטער ווערט נגערופן בשם דודי ווי דערמ נט פריער, ז ער שטייט אין ן נטפלעקטן אופן לס ן אויב ישראל, ביז וו נענט ואוהביהו, אפילו ונער ישראל איד פינט זיך אין מעמד ומצב פון קליין קינד, בפרט נ ך ווען ער פ רגלייכט זיך צו דעם אויבערשטן, איז ד ך פ רשט נדיק, ז ער ב טר כט זיך לס נער ישראל, לס קליין קינד, איז ד ס דוקא ברענגט רויס נ כמערער די אהבה פון דעם אויבערשטן, וו ס דערפ ר ווערט ער אנגערופן ווי דערמאנט בשם דודי און ס'ווערט די ענין פון די דלי לי, אן אייביקער פארבונד על כל השנה כולה וואס קומט אין דעם יאר לאחרי זה, וואס דעמאלט ווערט דאך צוגעגעבן אן אלף לגבי דעם יאר וואס האלב איצטער אויף פארענדיקט ווערן, וואס דאס איז ה'שנת ניסים תשנון ווערט צוגעגעבן נאך אן אלף, אלופו של עולם, ווערט אויך אויך אין דעם ראשי תיבות

30פון דעם י ר, ניט ס ם טה'שנת ניסים, וו ס ד ס איז דער ר תיבות פון תשנון, און נ ך מערער מיט ה'לפני זה, וו ס ד ס איז ד ך דער ר תיבות פון הי'תהי,' ס יז זיכערע ז ך, און ווי פון ן שט רקן אופן, ז ד ס איז געווען שנת ניסים, ווי מ ט געזען כמה ניסים אין שנה שעברו, כולל אויך דעם נס, ווי זוי הונדערטער טויזנטער אידן פון מדינה הידועה, אויף וועלכע מ'האט אנגערופן א חורב מסך הפאזל פון רוסלאנד, האט מען זיי אן קיינע השתדלות די ממשלה על דרך הטבע, אן קיינע השתדלות האט די ממשלה אליין זיי ארויסגעלאזט און זיינען אין פועל ארויסגעגאנגען, ארויסגעפארן פון דארטן, וואס אויך אויף דערויף האט מען דאך געדארפט האבן די סיוע, און א סיוע די הילף דער ממשלה וו ס ס'ה ט איר געק סט, גרויסע געלט און גרויסע נשטרענגונג אויף צושטעלן די לע כלים און די לע אמצעים, די לע אופנים ווי זוי מ'ז ל רויס פון יענער מדינה, און רויס אויך די גאנצע נשמות, נשמות בגופים, און גאנצע משפחות, אנשים נשים וטף, וו ס ד ס איז ד ך דער נס וואס

31האט געטראפן דוקא אין דעם תה'ש שנת ניסן, אין דעם יאר וואס האלט זיך איצטער אין פארענדיקן, איז מען מוסיף אן מ אליף, וואס דער אליף איז אויך דער ראשי תיבות פון ארנו ניסן, ז ד ס איז שנת תשנונו מיט אן מ אליף, ז די ניסן שטייען אין ן אופן פון ארנו, ז מ'זעט זיי בגלוי, און וועלכע ניסן? ביז דער נס הכי עיקרי, וו ס ווערט אנגערופן כימי צאתך מארץ מסיים ארנו נפלאות וו ס ד ס מיינט מען ד ך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וועט מען פונק ווי מ'ה ט געזען דעם נס פון רויסגיין די ג נצע משפחות, און אין לייכטן אופן און מיט סיוע דער הילף פון דער ממשלה עצמה, וו ס ה ט די גאנצע צענדליקע יארן ניט דערווי זן ד ס, האבן זיי ליין זיך משתדל געווען און מזרז געווען יעדערן פון די וו ס ווילן נ ר רויס, און נ ך מסייע געווען און מעורר געווען, ז מ'ז ל זוי ט ן, ביז וו נענט ז מ'ה ט ד ס מפרסם געווען אויך אין זייערע צייטונגען און אין זייערע פקודות וו ס זיינען געשריבן אין דער שפת המדינה ד רטן, ועל דרך זה דערנ ך אויך איבערגעזעצט

32אין דעם לשון פון עם בעם, אין די אלע שבעים לשון אז דאס איז נתפרסם געווארן בכל האומות כולם, אויף די ממשלה האט מען מסייע געווען, און ס'איז מקומט געווארן בפועל, אז הונדערטער טויזנטער אידן זיינען שוין ארויס פון דארטן, און א טייל פון זיי איז אנגעקומען אין חצי כדור התחתון, אין מצרות הברית אין אמעריקע, און א גרויסער טייל פון זיי איז אנגעקומען אין ארץ הקודש, ארץ אשר תמוז, עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און דער עיקר, ווי דערמאנט פריער, אז מ'איז אנגעקומען משפחות שלימות, און צוזאמען ערלויבט אויך מיטנעמען וואס זיי האבן נאר געוואלט מיטנעמען, על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן געוואלט מיטנעמען ספרי תורה אדער אפילו סתם ספרי קדושה, אדער חרצי קדושה, וציצית און תפילין און מזוזה וכיוצא בזה האט מען זיי צוגעשטעלט אויך די אוויראנען און אויך די אנדערע מעגלעכקייטן, די אנדערע אופנים ווי אז זיי זיינען פון דארט ארויסגעפארן, וכאמור בסיוע הממשלה.

33און ניט סתם סתם סיוע, נאר סיוע וואס די ממשלה האט דארט געגעבן פון אירע געלט, אין וועלכע ס'איז אויך נכלל געווארן די געלט פון די אנדערע פעלקער וואס לעבן אין יענער מדינה, וואס די הכנסה פון א ממשלה איז דאך פון די מיסים פון די ציזן וואס מ'מאנט איין פון כל תושבי המדינה, איז דאך פארשטאנדיק, אז אויך אין די געלט וואס די ממשלה פון יענער מדינה האט אויסגעגעבן אויף געבן די מעגלעכקייט אידן, און ניט נאר געבן זיי די מעגלעכקייט, נאר מיט-העלפן אין די מעגלעכקייט, און ניט נאר מיט-העלפן נאר אויך גאר נעמען אין דערויף דעם צעד הראשון, די התחלה בזה, אז זיי זאלן גאר אנהויבן אין זייער השתדלות בזה. און יהי רצון, אזוי ווי דאס האט זיך אנגעהויבן דער עיקר בזה, און דער שטורעם בזה, בקירוב בסמיכות צו חודש אלול, ובפרט אין חודש אלול עצמו. ועוד ועיקר, ס'איז הלוך והוסיף ואור, וכאמור לעיל, א טייל פון זיי האבן זיך באזעצט אין ארצות הברית, אין יונייטעד סטעיט, איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדער איד און אלע אידן, וואס זיינען אנגעקומען אין דער מדינה,

34ינייטעד סייט פאר דעם, וועלן זיכער טאן אלץ וואס ס'הענגט אפ אן זיי, אז די ראשית אידן וואס זיינען אנגעקומען, און אידן בכללות קומען אן אין דער מדינה פון איזה מקום שיהי זאל מען דאך דא קענען איינארדענען אין א גוטן אופן און אין א געזונטן און אין א פריילעכן אופן, וואס בנוגע צו אידן איז דאך אמת'ע געזונט און אמת'ע פריילעכקייט פארבונדן, ווי דערמאנט פריער, מיט די תורה לעבן און תורה אויפפירונג און קיום המצוות, און אין טאג-טעגלעכן לעבן, ביז אין די וואכעדיקע טעג, און אפילו בשעת מ'שלאפן. און דאס ווערט די הקדמה קרובה, אז תיכף ומיד ממש נאך אין די טעג פון חודש אלול, און נאך פאר די אמירת הצליחות, און וואס דאס הויבט זיך דאך אן אין מוצאי מנוחה פון דעם שבת פון פרשה האזים השמים, און ס'הויבט זיך נאך אן אין פרשה נצבים וילך שטייט יעדער איד און אלע אידן אין א מעמד ומצב אין א צומשטאנד, אז מ'האט ביידע זאכן צוזאמען, אין היינטיקע יאר שנת ניסים גייט דאך נצבים וילך צוזאמען,

35ביידע הפכן, ביידע געגנגעזאצטע זאכן און ביידע געגנגעזאצטע תנועות, אז א איד האט אין זיך דעם נצבים די שטארקייט, אז וואו ס'קומט צו א זאך פון אידישקייט, און פון אידישעקייט אין טאג-טעגלעכן לעבן שטייט ער אין אן אופן פון שטארקייט און פעסטקייט, נצבים, צוזאמען דערמיט איז די פעסטקייט אין אזא אופן אז דאס איז וילך, ניט ער בלייבט אין דעם זעלבן צושטאנד, דער צושטאנדיז, נאר וילך ער האלט אין איין גיין און איין שטייגן אלץ העכער און העכער. און דאס ווערט די הכנה קרובה, בלשון הכתוב, אז יראה אז מ'גייט מחיל אל חיל ביז יראה אל אלקים בציון אז מ'גייט תיכף ומיד ממש, ווי דערמאנט פריער, נאר פאר שבת פרשת ליחות, און פאר דעם וואס דאס איז אויך היינטיקן יאר דער שבת, דער כ'ה'באלו, וואס דעמאלט ווערט די וועלט באשאפן פון דאסניי, ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, איז דאך געווען דער בריאת העולם, בכ'ה'באלו נברא העולם, ווערט דאס דערנאך באנייט יעדער יאר, כ'ה'באלו פון יעדער יאר, און די שנת ניסים ווערט דאס באנייט אין

36ניסן'דיקן אופן, און נאך פריער פאר דערויף ווערט דאס באנייט אזוי אין די טעג שלפני זה, און בפרט נאך, אז דאס איז ווען מלך נמצא בשדה, און ממלא די בקשות וואס די אנשי שדה בעטן ביים מלך איז ער דאס ממלא מיט א סובב פנים יפות, ביז די בקשה הכי עיקרית והכי פנימית, וואס דאס איז די בקשה, אז תיכף ומיד ממש זאל יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל, האבן די גאולה האמיתית והשלימה בתוך כלל ישראל, צוזאמען אויך מיט וקיצו ורננו שוכני עפר ונשיא דורנו בראשונו, כמוזכר כמה פעמים. ובפרט נאך, אז די פרויען פון היינציקן דור איז ווי דערמאנט אין כתבי האריז'ל און דערמאנט שוין מערערע פעמים זיינען דאס די פרויען וואס זיי זיינען געווען אין דור שיצא וואס די אידן זיינען ארויס פון מצרים, איז יענע נשים צדקניות זיינען מגולגל און זיי ווערן אפגעשפיגלט אין די אידישע פרויען, לעבעדיקע פרויען, נשמות בגופים און געזונטע

37פרויען ברוחניות, על אחת כמה וכמה געזונטע פרויען בגשמיות, במילא זיינען זיי מדריך און שטעלן איין דעם בית וואו זיי זיינען די עקרת הבית, און אויך די ניט-חתונה-געהאטע פרויען גרייטן זיך צו זיין אויף עקרת, צו זיין אן עקרת הבית, אן עיקר פון דער הויז, דורך דערויף וואס זי מאכט דעם עיקר פון דער הויז, דער עיקר פון אידישקייט, און דער עיקר פון יעדער אידן, אנשים נשים וטעלה, דאס איז תורה ומצוותי,' א תורה לעבן און א מצוות לעבן בפועל, און המעשה הוא העיקר. ובפרט נאך, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט דעם ענין פון מעשה הצדקה, און ווי גערעדט מערערע מאל, אז זיכער האט יעדער פרוי ביי זיך אין חדר הטבשיל, אט דארט וואו זי גרייט-צו דעם עסן פאר דערגאנצער הויז, האט זי אויך א צדקה פושקע, וואס דאס ברענגט הצלחה וברכה פון דעם אויבערשטן אין דעם עסן וואס זי גרייט-צו פאר די משפחות

38הירה, און די עלטערע טאכטער העלפט איר, און אויך די קלענערע טאכטער, און ווי דערמאנט מערערע מאל. און דאס איז אויך דערנאך ממשיך אויך כפשוטו, אז ס'זאל זיין פרנסה באב חוה ביז זהב וכסף ונחושת ביז אבנים טובות ומרגליות, און ס'ווערט אויך אין דער כתיבה וחתימה טובה, וואס יעדער איד און אלע אידן איז דאך מנהג ישראל, אז מ'טרעפט זיך אין חודש אלול ווינדט זיך יעדערע און יעדערע צו די דעם מיט וועמען מ'טרעפט זיך, אז ס'וואלט זיין א כתיבה וחתימה טובה ולשנה טובה ומותוקה, זאל דאס שוין אנגעהויבן ווערן אזוי נאך אין די טעג פון שנת תשנ ון, ובשרף נאך אז די טעג זיינען שוין נאך חי אלול, וכמוזכר לעיל, און אויך אין די פארברענגען התרדף פון די טעג לפני זה. און מ'האט אויך ווי דער טאג ווערט אן אמת'ער טאג, וואס טאג איז דאך פארבונדן מיט ליכטיקייט, ווי ס'איז געווען ביום ראשון, און אזוי אויך ווערט דאס אויך אפגעשפיגלט ביום רביעי, מ'געפינט זיך דאך אין א טאג וואס ס'איז א טאג פון מיטוואך, און דער טאג פון

39מצבח פון היינטיקער וואך, בינדט צוזאמען די סדרה פון נצבים וילך. וואס בפרט אין דעם מצבח'דיקן טאג, איז אט דעמאלט איז דער פארבונד באופן גלוי. וואס דאס איז דער חלק פון דער סדרה וואס איז פארבונדן מיט מצבח, וואס יעדער סדרה איז דאך צוטיילט אין זיבן חלקים לנגד פון די זיבן טעג פון וואך, איז אין דער וואך איז דער חלק פון דער סדרה וואס בינדט צוזאמען נצבים וילך איז דאס אין דעם מיטך'דיקן טאג, וואס דאס איז היינטיקער טאג. און דאס איז אויך ממשיך היינט ממש אז בא יעדער אידן זאל זיין די פעסטקייט בכל עניני תורה ומצוותי וואס דאס איז מרומז אין דעם ווארט נצבים און אויך די פעסטקייט ווערט דערנאך פארבונדן מיט וילך אז מ'האלט אין איש טייגן אין דעם ענין פון פעסטקייט און דעם ענין פון תורה ומצוות במיוחד. און ס'ווערט אויך מקויים בפועל, אז פון דעם גיין אין די ענינים פון אידישקייט אין תורה ומצוות, כולל אויך במיוחד אין דעם ענין ווי יעדערער פון אייך האט איינגעשטעלט איר הויז, אז ס'זאל זיין א הויז וואס זי איז פעסט במקומה,

40דערמיט זא גט אויף דער הויז דער אויבערשטער, ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישער הויז, ובפרט ובגלוי אין ן א אידישער הויז וואס האט די עקרת הבית על פי התורה ומצרותי שטעלט זי איין דעם עיקר הבית, און אזוי אויך מחנך די קינדער-אירע, און אויך די באבעס, די איינקלאך זייערע, און אויך די אור-איינקלאך זייערע, לאורך ימים ושנים תיבות. און ס'ווערט והוא העיקר פון נצבון, פון דער פעסט-קייט האמורה, ובפרט נאך ווי די פעסט-קייט שטייט אין יום הרביעי, וואס דעמאלט שטייט דאך בגלוי דער פארבונד פון נצבון מיט וילך ווי דערמאנט פריער האלטן די אידן נאך מערער אין צוגעבן אין זייער הליכה מחיל לא חיל ביז וואנענט מ'גייט אין דער הליכה בלשון הכתוב, הילכו מחיל אל חיל, ביז יראה אלא אלקים בציון, אז יעדערער פון אונז און יעדערער פון אייך, און יעדערער פון כלל ישראל האלט מען אין איין גיין, און אלץ גייען העכער און העכער נשמות בגופים, אין אלע זאכן פון אידישקייט.

41און דאס ברענגט גלייך אראפ אז לא עיקבן אפילו כהרת עין. און דער אויבערשטער נעמט יעדער אידן און אלע אידן, און נעמט מיט אויך די בתי כנשיאות ובתי מדרשות, אז די אלע זאכן, אין מנעני שמיא, און די אלע מענטשן און די אלע אידן, ווערט אין מנעני שמיא בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו איז מען גלייך אלה אלול וקים בציון אין ארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן עצמו אין בית המדש און אין קודש הקדשים, ומתוך שמחה וטוב לבב, וואס שמחה איז דאך פורץ כל הגדרים, ובפרט די שמחה פון חודש אלול נאך חיי אלול, איז דאך זיכער, אז ס'ווערט דער ענין פון פרצת ימו וקודנו וצפונו ונגבה, אז פון די אלע ד'קצווי העולם איז מהרצץ קרבצה ממזרח וממערב ומצפון ומים, אז דער אויבערשטער אליין קלייבט צוזאמען יעדער איד און אלע אידן, ובפרט נאך נאך דער הכנה כביכול וואס יעדער אידישע עקרת הבית האט צוגעגרייט

42איר הויז, אז דאס זאל זיין א הויז וואס דער אויבערשטער געפינט זיך דארט אין אן אופן פון ושכנתי בתוכם צוזאמען מיט זיין שכינה, איז דאך אט דעמאלט איז ער צוגעגרייט, אז ס'זאל זיין די עלי תיכף ומיד, ובזריזת אפי גדולה. ובפרט נאך ווי כרגיל, אז מ'איז מסיים מיט מאכן יעדערע פון אייך אלס א שלוח אויף געבן א צדקה, וואס צדקה איז דאך מזרז אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, ובביוחד די ברכה פון כתיבה והחתימה טובה, נשנה טובה ומסוקה, בגשמיות וברוחניות כאן יחד, און מזרז אויך אין דער ברכה העיקרית, אז ניט ווארטנדיק אויף כ'ה'אלו וואס דאס איז דאך די בריאות העולם און נוצאי שבת פון שבת סליחות, האט מען שוין אין ח'ג'אלו און נאך פאר דעם, ובפרט אין ביום הרביעי, וואס בין נתלה המאורות, אז ס'ווערן דעמאלט ווי שיינען דער מאיר הגדול

43ומאור הקטן וואס דאס איז געגליכן אידן צו דעם מאור הקטן, אבער ניט חס ושלום מצד די קליינקייט אין אידישקייט, נאר אדרבא מצד די גרויסקייט אין אידישקייט, פועל'ט דאס בא יעדערן דעם ענין פון עניוות, ווי דערנאנט פריער, און ס'ווערט מקויים תיכף ומיד ממש, אז שיחן של ישראל שטעלט זיך אוועק נאך היינט אויפן גג פון בית המקדש, העליים, מקדש ארמא כוננו ידיך און דער בית-המקדש כוננו ידיך ווערט גלייך אראפגענידערט און אנגעטאן אין מקום המקדש ווי דאס איז אין קודש הקדשים און אין בית-המקדש בכלל אופן הר הבית, בירושלים, עיר הבירה פון גאנץ ארץ ישראל, און איז מכריז און מדיע הנעוים, וואס יעדער איד האט אין זיך אלע מעלות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד ער האט אלע מעלות איז דאך א זיכערע זאך, אז ער האט די מעלה העיקרית פון משה רבינו, וואס ער איז ווי געווען דער עניו מכל האדם אשר על פני האדמה איז אויך דא ווערן זיי אנגערופן יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און יעדערער פון אידן בכל קצוי תבול, ווי דערמאנט פריער פון אלע ד'קצוי הארץ, ווערן זיי אנגערופן

44נבים, און זיי הערן תיכף ומיד ממש די הכרזה פון משיח צדקנו, אז די גאולה קומט תיכף ומיד ממש, און די תיכף ומיד ממש מיינט מען טאקע ממש ממש, לא יקבן אפילו כהרף עין און זי ווערט אויך מקויים נאך ביום הרביעי פון חודש פון פרשה יצבים וילך,

45וואס ס'געפינט זיך אין חודש אלול פון נצבים וילך, ווי בשנה זו, אז מ'לייענט ביידע פרשיות אויך וילך אין חודש אלול האט מען אויך בגלוי אין א שטארקן אופן דעם אמין לדודי ודודי לי ראשי תיבות אלול, במילא איז דאך זעלבסט-פארשטעמדליך, ובפרט נאך אז ער האט זיך געטאן, בפרט נאך אז ער האט זיך געטאן, בפרט נאר די ראשינה, געטאן גזולות ומתלאות בנוגע צו חינוך הבנים והבנות, סיי דורך אגודת חב",ד סיי דורך אגודת נשי ובנות חב",ד, און סיי דורך אלע-ערליי ענינים פון ארגונים פון אידן, ובפרט נאך דעם מוסדות חינוך פון אידן, ווי דאס איז בית רבקה און ישיבות בכלל ובפרט, וכמדובר כמה פעמים.

46ווערט תוקף ומיד ממש דער נצבים דער תוקף אויף אויפנעמען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, איז דאס גופא דארף מען דאך אויפנעמען דעם ריבוי הברכות פון דעם אויבערשטן, דארף מען דאך האבן א ריבוי כלים און א ריבוי כוחות אויף אויפנעמען די אלע ברכות אין א געזונטן אופן און א פריילעכן אופן, און א אופן אין א לעבעדיקן אופן, און ס'ווערט דער אופן, ווי מ'זאגט אין יום הכיפור על דרך זה אויך אין דעם ראש-השנה שלפני זה, הענגט מען זיך אן און מ'זאגט דריי מאל דעם ראש-השנה צוויי מאל שהחיינו און דערנאך אויך באם הכיפורים א דריטן מאל שהחיינו ווערט דאס ביום השלישי יקימנו פניחי'לפניו, מהדי חזקה, ווי דערמאנט פריער, פון די דריי מאל דריי אין חוץ-לארץ און איין מאל דריי כל פנים ארץ ישראל, און א ברכה משולשת אויך אין דער ברכת שהחיינו און יעדער איד זעט, וענו בכלל, און נשיא דורנו בראשנו, זעט און מאכט א שהחיינו וקיימנו וגיאנו לזמן הזה אויף די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, מ'דערמאנט פריער, אין יום רביעי פון פרשה נצבים וילך,

47און נאך איידער ס'גייט-דורך נאך א הערף עין פון דעם יום הרביעי, האט מען שוין גלייך, תוכף ומיד ממש, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ו משה גואל ראשון הוא גואל אחרון וואס ער האט דאך געזאגט דעם אתם יצבים היום כולכם, האט דאך דאס געזאגט משה רבינו, און דערנאך זאגט מען אויך וילך משה און ער האט אויפגעטאן דער ענין ההליכה אין דעם משה וואס געפינט זיך אין יעדער אידן און אין אלע אידן, און געפינט זיך אויך דאס ווערט א טייל פון דעם חינוך וואס איר גיט אייערע קינדער און די באבעס צו די אייניקלעך און צו די אור-אייניקלעך, כמדובר וגם פשוט, ווערט דאס גלייך דער נוצבם וילך בפשטות, וכאמור והוא העיקר, אז מ'האט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, און די נתינה הצדקה וואס יעדערער וועט זיכער מוסיף זיין אויך משל א וועט דאס נאכמערער מזרז זיין, אז מ'וועט ניט דארפן ווארטן אפילו א הרף עין, נאר תיכף ומיד ממש, גאולה האמיתית והשלימה על ידי גואל ראשון הוא גואל אחרון משה רבינו, און מסידור אינו וואס וועט

48ביז די גאולה בפשטות, על ידי דוד מלכא משיחא, יבוא ויוליכנו ויגאלנו ויוליכנו כוממיות לארצנו וכאמור, והוא העיקר נאך ביום הרביעי פון פרשי נצבים וילך, און פאר תפילת ערבית וואס קומט לאחרי זה, נאך תיכף ומיד ממש. און דאס ווערט אזוי אין נשמות בגופים מתוך שמחה וטוב לבב, ו בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש.

49דא? און אין דעם אלטן אידן, און דערנאך איז דא פינצער, ס'איז ס'איז ער פינצער, ס'איז אבער אים תבוא, ס'איז ער פארשטערט, די וואס דארף זיין? זיין פינוני, די וואס דאס איז דער ענינט, נאר אויך קומט, נאר נאר נאר אויך קומט.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions