English
ספרייה

אגרת ז'תקמו

ח"י טבת, תשכ"א · ברוקלין.

ב"ה, ח"י טבת, תשכ"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ועש"ק, אין וועלכען איר שרייבט, וועגען דעם געשאפענע געלט אויף צדקה במחנם הט' אין פארבינדונג מיט דעם מצב המוסד הק' במחנם הט' מיט א פארשלאג אז מ'זאל פון דאנען אנווייזן ווי צו פארטיילען די געלט.

פארשטענדליך, אז צום ערשטען מוז מען זעהן, ווי קומט דאס אויס על פי שולחן ערוך, און דאס איז דאך א קלארער דייטליכער דין, אז אין משנים מצדקה לצדקה, און בפרט אז עס רעט זיך וועגען צדקה וואס מ'האט גענומען בא אנדערע, וועלכע האבען דאס געגעבען פאר א ספעציעלע צדקה, איז די ענדערונג וואס ווערט געמאכט, ניט דורך דעם געבער, איז דאך אין דעם ניט נאר די זאך וואס אין משנים מצדקה לצדקה, נאר דאס איז פשוט, א ענין פון גזל ר"ל.

פון דער אנדער זייט, וויבאלד דער מוסד הק' איז העכסט וויכטיג פאר דער שטאט און אומגעבונג, און מ'איז דאך משתדל און מ'טוט פאר דעם מיט א איבערגעגעבנהייט, חום ואור והתלהבות, איז דאך קלאהר געוויס, אז ס'איז פראן אין דעם סיוע והצלחה מלמעלה, אז ניט נאר זאל דער מוסד הק' אנהאלטען זיין איצטיקען צושטאנד, נאר זאל אויך מער און מער ענטוויקעלט ווערען, ווי דער אנזאג פון תורתנו הק' מעלין בקדש.

ויהי רצון, אז דער ביישפיל און ארבעט פון די עסקנים אין דאס אויבען געזאגטע, זאל צוגעבען אין די ברכות פון השם יתברך, אין דעם וואס זיי נויטיגען זיך מיט זייערע פאמיליעס שליט"א און אויך דאס איז א עיקר אז דאס זאל בעאיינפלוסען פילע פון אחינו בני ישראל אין אייער אומגעבונג אז אויך זיי זאלען טאן אזוי, צו העלפען דעם מוסד הק' צו באפעסטיגען עם און אויסברייטערן, און וי געזאגט באופן דמוסיף והולך מוסיף ואור.

בברכת הצלחה בעבודתם בקדש.

דאס אויבענגעשריבענע וועגן אין משנין מצדקה לצדקה איז, כמבואר בפוסקים, בהנוגע לעבר - אבער מ'קען זיך צוזאמען רעדן, ראשי העוסקים בזה פון ביידע צדדים - אז דאס געשאפענע מכאן ולהבא זאל פארטיילט ווערן אויף בעשטימטע חלקים, תמורת דעם סיוע וואס ווערט געגעבן א.ז.וו.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק כ
מזהה
rh-zqvs5vjv

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit7546