Paragraph
Paragraph rh-zqt2p16w
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-106e1b29
- order
- nb
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז אויך, כאמור, די קביעות פון שנה זו ביום הששי, און קביעות פון שנה זו פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד דער ענין פון עד, אתם עדי וואס אידן זאגן דאך עדות אויפן אויבערשטן דורך עצם מציאות זייערע אליין, וואס זיי געפינען זיך בעולם-אט דאס אליין איז שוין אתם עדי, על אחת כמה וכמה אז דערנאך טוט ער אויך ענינים אין עולם העשי, במילא טוט ער אויך אין ענינים של מעשה, ווערט דאס דעמאלט אן עדות אפילו בפני עמי הארץ, ווארום וויבאלד אז דאס איז אן ענין של מעשה נעמט דאס דורך דעם גאנצן עולם העשי וכל הענינים אשר בו. וואס דאס איז אויך, כמדובר, בנוגע צו והחי יתנו לבו, בנוגע למעשה בפועל, פועל, אן ענין פון א הוספה כדרוש וכמתאים בהנוגע צו במשפט אין קביעות עיתים אין תורה, און בהנוגע צו ענין המצוות, וואס כללותם ווערט דאך נכלל אין דעם ענין הצדקה, ובפרט נאך אז די קביעות פארבונדן מיט יום הששי האט דאך א שייכות מיוחדה לכל אלף הששי וואס ווי דער רמב."ן זאגט, איז דאך דאס בדוגמא פון ששת ימי השבוע, במילא איז אלף הששי בדוגמא פון יום הששי, על אחת כמה וכמה אין יום הששי עצמו, לאחרי חצות היום, און בקרוב דאך צום סיום היום, בפרט נאך אז ס'איז דאך דא זיכער דער תוספת שבת, וואס דער תוספת שבת איז דאך נאך אין דעם זמן פון יום הששי, איז שוין דעמאלט הויבט זיך אן דער גאנצער שטורעם פון שבת. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'שטייט אין די איצטערדיקע יארן, און על אחת כמה וכמה אין די יארן, אין סוף שנת תשמח ותשמח והקהל, וואס מ'האלט שוין אין דעם חודש מנחה מפשן בו, און אין מנחה מפשן בו שוין לאחרי חצי החודש,
- proofread
- 0