transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1איז דאך ידוע ומפורסם מעמד תורתנו הקדושה, להי'ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים, און וואס דא איז מען גלייך מחבר צוויי טעג וואס לכאורה זיינען זיי גאר פאנאנדערגעטיילט צווישן זיך מן הקצה אל הקצה, מצד עצמו, איידער מ'האט דאס קובע איז געווען די רבנן פאר א יום-טוב חמשה עשר באב, איז ער ניט אויסגעטיילט פון ימות כל השנה, ווי די גמרא אליין דערציילט, אז מ'זוכט סיבות, מאי יום טוב דער טאג, און די סיבות האבן ערשט דאך געטראפן זיך במשך הזמנים וואס איז געווען לאחר מתן תורה, משא'כן יום הכיפורים, איז דאך דאס ימים מקודשים על פי התורה, מן התורה, זיינען דאס אויך א יום וואס ווערט אנגערופן יום הקודש, קודש הקדשים, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויף אים אז ער איז אחת בשנה, און דא שטעלט מען זיי ביידע צוזאמען, און מ'שטעלט זיי ביידע צוזאמען אלס א געגנזאץ, אלס אן אויפטו בהנוגע צו כל ימות השנה, כולל ימים טובים שבשנה.
¶2וואס ס'איז אויך דא דער זעלבער צוזאמענברענגען, וואס מ'זאגט דאך אז חודש אב איז מזלו ארי'כמבואר בארוכה כמה טעמים בזה, די דמין צו ארי' מדרש, און ברענגט מען אראפ אין ספרים, אז ארי'איז א ראשי-תיבות אלול און ראש השנה און יום הכיפורים און הושענא רבה, וואס דא איז אויך אויסגעטיילט דער גאנצער חודש אדר, על אחת דער גאנצער חודש אב, על אחת כמה וכמה בן קיימא סיהרא באשלמותא פון אב, וואס דאס איז דאך חמשה עשר באב, צוזאמען
¶3תיבות, מיט כמה ימים וביניהם אויך דער ענין פון יום הכיפורים. און אויף די אלע ענינים זאגט מען והחי יתן אלא לבו ובלשון הרמב,"ם, כמבואר כמה פעמים, אז פון יעדער ענין אין תורה, בפרט פון הלכה שבתורה, איז דאס לישר הלבבות וכו,' און מיט די אלע לשונות ווי ער רעכנט אויס בספרו יד החזקה, וואס דאס איז א ספר הלכות הלכות, על אחת כמה וכמה אז דא רעדט זיך וועגן כללות ענין א הלכה, דער צד השוה שבכולם, וואס דאס איז לישר הלבבות, כמדובר כמה פעמים. און דערנאך הויבט זיך אן המעשה הוא העיקר, און וואס ס'איז ניט הויבט זיך אן, אז דאס איז דער סיום כל הענינים דארף דאס אראפגעבראכט ווערן בנוגע למעשה בפועל, און ווילבאלד אז התורה היא נצחית בנוגע למעשה בפועל ביום זה, בכל יום יוי וביניך כחדשים, ביז חדשים ממש, על אחת כמה וכמה אז ס'דארף דאך זיין חדשים ממש, ווען ס'רעדט זיך וועגן מעשה, וואס מעשה איז דאך יעדער מעשה בפני עצמה א מעשה, במילא אז ס'קומט א מעשה אף על פי וואס מ'האט געטאן די מעשה ריבוי פעמים לפני זה, איז דאך אט די מעשה ווערט געטאן מיט אן אנדער חפצא און דורך אן אנדער מענטשן וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז חדשים ממש.
¶4ובפרט נאך על פי המבואר, אז חמשה עשר בכלל האט דאך א צד השוה וואס דאס איז קיימא סיהרא באשלמותא, וואס דאס גייט דאך אויף די אידן וואס דומם ללבנה און מונין ללבנה, אז דאס ברענגט ארויס די שלימות פון יעדער אידן אלס א יחיד, און אויך די שלימות אלס א כלל, כלל ישראל, איז דאך דאך פארשטאנדיק ביתר שאת ויתר עוז בכל ענינים אלו. על פי תורת הבעל שם טוב, אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, און יעדער ענין דארף א איד אפלערנען אן ענין וואס איז נוגע לתכלית הבריאה שלו, וואס דאס איז לשרת את קונו, ווי אזוי ער זאל דאס אויסנוצן אויף דינען דעם אויבערשטן בתכלית הבריאה שלו, וואס דאס איז דאך די פנימיות און דער אפטייטש פון דעם דברי הלכת הרמב,"ם האמורו, אז יעדער ענין איז אין תורה איז לישר הלבבות, מיט דער הוספה אז דאס איז יעדער ענין אין וועלט, אויב דאס איז אן ענין אין וועלט וואס קומט אין פארבינדונג אדער ווערט געבראכט אין פארבינדונג מיט א אידן.
¶5במילא איז אויך דא אין דערויף אויך די השגחה פרטית וואס דאס איז פארבונדן מיטן יום מסויים, וואס דאס איז דאך טאקע בחודש איז דאס אלעמאל דער זעלבער טאג, חמשה עשר בחודש, ס'איז דאך אבער דא חילוקים אין יום בשבוע, און אויך יום בקשר מיט דער תורה מיט וועלכע מ'דארף לערנען דעם טאג, כידוע תורת פון דעם אלטן רבי'ן בזה, פון לעבן מיט דער צייט, ווי איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו. וואס אזוי איז דאס אויך בתביעות פון שנה זו נוסף וואס מ'לערנט אפ פון קביעות השנה-וואס דאס איז קביעות שנת הקהיל און תסמח און תת עמך אויך די קביעות בשבוע, וואס דאס איז יום הששי, און די קביעות בתורה, אז דאס איז פרשה ששי אין פרשה ואת חנה. וואס די פרשה באשטייט דאך אויך פון א ריבוי ענינים, איז דאך הענגט דאך אלע ענינים נכלל אין דער ראש פון דעם ענין, וואס ער ווערט דאך אנגערופן בשם ראש כמדובר כמה פעמים, מיוסד על מפורש בחסידות, אז דאס איז כולל אין זיך די כל הענינים הבאים שלאחרי זה, בדוגמת פון א ראש, וואס ער איז כולל אין כל הענינים שבגוף, און נאך מערער, אז בשעת די ענינים שטייען שוין בקומם בגוף, יעדער ענין במקומו איז אויך דארטן ווערן זיי אנגעפירט פון דעם ראש. וואס דאס איז נוסף על העיקר, כמדובר, וואס דאס איז אלעמאל די זעלבע זאך פון קיימא סיהרא באשלמותא קומט צו דער לימוד וואס דאס איז בפרשת ואת חנן, וואס דאס באווייזט דאך אויף כללות ענין בריאות האדם, אז ס'איז דא קאתי הקב'ה מיט יעדער ענין און מיט אלע ענינים, וואס איז דא דער גאנצער ענין הבריא וההשפעה והערה וכו,' וואס דערמיט איז מען דאך אויך מבואר בכמה מקומות, אז עיקר, צי
¶6מצותו של הקב",ה איז דאס דער ענין הצדקה, ווארום אלע ענינים וואס דער אויבערשטער טוט, אן קיין אונטערשייד, טוט ער דאס אין אן אופן של צדקה, ניט חס ושלום אן ענין שלהכרח אדער א חיוב וכיוצא בזה, נאר אזוי ווי ער טוט א צדקה, במילא טוט ער אויך אט דעם ענין, אדער טוט אט דעם ענין ניט אויך, נאר אן ענין עיקרי טוט ער אט דעם ענין מסויים. וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו פון קיימא סיהרא באשלמותא ס'איז דאך טבע הטוב להיטיב, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער וויל אז יעדער זאך זאל קומען צו איר שלימות, און ניט נאר האבן די שלימות ווי זי שטייט בכח, וואס למעלה איז דאך כח אינו חסר פועל, משא'כ וויבאלד ער האט געוואלט מאכן א גאנץ סדר השתלשלות, איז דאך אויף דעם דער עיקר טעם בזה, אדער א טעם בזה עיקרי, דערפאר וואס ער האט געוואלט אז ענינים זאלן שטיין בפועל, ניט נאר מיט זייער שלימות ווי זי שטייט בפועל, אין זייער בכח.
¶7וואס אט דאס איז דאך אויך דער אויפטו פון קיימא סיהרא באשלמותא, אז דאס וואס ס'איז בכח אין בשעת מולד הלבנה בראש חודש ווערט דאס דערנאך אויך בפועל ביז א נראה לעיני בשר פון כל העולם כולו, צו כל מין המדבר,
¶8הדומם, כמדובר כמה פעמים.
¶9עוז וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז אן ענין של צדקה, משא'כן אויב ס'וואלט געווען א חיוב וכיוצא בזה, איז דעמאלט אויך אויב דאס איז א טוב גיט ער דאס אויך דעם חיוב אויך בעין יפה, דאס קומט אבער ניט ווען דער גאנצער געבן איז אין אן אופן של צדקה, כמובן וגם פשוט. און אויף דערויף זאגט מען, אז די ערשטע סיבה וואס ס'איז דא חמשה עשר באב דער ערשטער, על כל פנים, אין זמן, בנוגע צו די חשיבות קען מען זיך דינגען אין דעם וואס ס'איז מער חשוב אדער ווייניקער חשוב דער ערשטער ווי ס'איז געווען אין זמן איז דאך דאס נאך געווען בשעת אידן זיינען געווען במדבר, איז אט דעמאלט ווען קיימא סיהרא באשלמותא איז חמשה עשר באב פון שנת הארבעים האבן זיי דעמאלט געווען בטוח, אז ס'האט זיך געענדיקט דער ענין בלתי-רתעי וואס ס'איז געקומען על ידי וואס עלה הריום יסובכו, דורך תשעה באב, וואס דעמאלט איז שוין געווען זיכער לעיני כל העולם כולו, אז דאס האט זיך געענדיקט, און פון איצטער אן איז אן ענין של שלימות.
¶10און ערשט דערנאך קומען די אנדערע טעמים וואס די גמרא רעכנט אויס, וואס כמדובר בהנוגע לחשיבות שלהם, קען דאך זיין אין דערויף סברות וואס איז מער חשוב אדער ווייניקער חשוב, בהנוגע צו קדימה אין זמן, איז אין זמן דער ערשטער מאל פון דער הדגשה אויסגעטיילטקייט פון חמשה עשר באב איז דאס געווען שנת הארבעים לא יותם במדבר, וואס דעמאלט איז שוין געווען דער דור וואס ס'איז געווען גרייט אויף מוכן אריינגיין אין ארץ-ישראל, בדוגמת הדור האחרון מגלותינו זה, וואס זיכער איז דאס יעדערער פון אונז אז דאס איז די לעצטע פון דעם גלות, און די ערשטע וואס זיי גייען אריין לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה און אין אן אופן ווי זי וועט שטיין בשלימות, כמדובר כמה פעמים. וואס אזוי איז דאס אויך בהנוגע לענין זה. וואס דאס איז אויך פארבונדן, און גלייך א חי יתן אל לבו, אז מ'דארף זיין זיכער, בפרט בדורנו זה ובשנה זו, ווי אזוי איז שנת תשמח ותשמח און הקהיל, אז ס'איז א זיכערע זאך, גלוי לעולם אין קול, אז כלו כל הקיצין, און שוין צוגעפוצט אפילו די קנעפלעך, און שוין אויך דא דער עמדו הכן כולכם, בשלימות. און ס'דארף נאר זיין די רגע כמימרא, אז מ'גייט אים ענני שמיא גלייך לארצנו הקדושה, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, בדוגמא ווי ס'איז דעמאלט געווען אין דעם פעם הראשונה, אין חמשה עשר באב ושנת הארבעים, איז זיינען דאך שוין דעמאלט געווען בנערינו בנעריהם ובזקניהם ובבניהם ובבנותיהם די אלע וואס זכו ונכנסו לארץ הקדושה בפעם הראשונה, וואס אילו זכו וואלט שוין דעמאלט געווען א כניסה שאין אחרי'גלות, כמבואר אין מדרשים,
¶11עאכו כמה וכמה אז איצטער איז שוין דא דער זכו בפשטות ולמטה מעשרה טפחים, און ס'איז דאך דאס זיכער די קניסא תיכף ומיד ממש לארצנו הקדושה, אין אן אופן פון ירחיב הוי'את גבולך און אין אן אופן אז דאס איז גאולה שאין אחרי'גלות שיעור חדש, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך גלייך די התחלה פון דעם לעבן מיט דעם שיעור חומש ביום זה, וואס הויבט זיך גלייך אן פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד דאס איז דער ערשטער פסוק פון דעם שיעור זה, און גלייך טיילט מען אין דערויף אויס, אז דער עין און דלת שבסיום טובה ראשונה וטובה אחרונה פון דעם פסוק זיינען זיי אין אן אופן פון רבתי, וואס דאס טיילט זיי אויס, און ווי ס'שטייט אין ספרים, איז דאס דער צוזאמענשטעל פון זיי ביידן צוזאמען איז דאס דער ענין פון עד, וואס דאס איז דאך כלשון הכתוב אתם עדי אז יעדער איד און אלע אידן ווערן אן ענין אז זיי זיינען עדות אויף דעם אויבערשטן עוד אי, ביז וואנענט אז דערפאר ווערט אויך, אז פונקט אני הוי'לא שניתי אזוי ווערט אויך בא יעדער אידן נתגלה דער לא שניתי שבתוכו בהנוגע צו אידישקייט, אז א איד ניט ער קען און ניט ער וויל זיין חס ושלום אפגעריסן פון אלקות, ובפסק דין הרמב אז יעדער איד, אן קיין אונטערשיט פון זיין מעמד ומצב בגלוי איז זיין רצונו האמיתי איז דאס דער רצון פון דעם אויבערשטן, און ער וויל אז ער זאל אזוי טאן במעשה בפועל, א נשמה בגוף, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס ווערט אויך פארבונדן גלייך, כאמור, מיט מעשה בפועל, וואס כללות הענין פון א אידן איז דאך די ביידע ענינים
¶12פון תורה ומצוות, וואס בכללות שלהם איז דאך דאס דער ענין פון משפט וצדקה, און ווי זיי שטייען אויסגעטיילט, און בהדגשה גלייך בהתחלה נאך פון חודש מנחם אב, בלשון הכתוב צי במשפט תפדה ושבי'בצדקה, על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן דער ענטיפדה ושבי'פון גלותינו זה האחרון און גלותינו זו השלישית, שאין אחרי'גלות, גאולה האמיתית ושלימה. וואס דאס איז אויך דער והכי יתנו לבו א תוספת בהנוגע צו תורה ובהנוגע צו מצוות, וואס דאס איז דאך כולל כל פעולות האדם עלי אדמות, ווי די השמה איז למעלה פון אדמות, איז דעמאלט איז דא מערניט ווי דער ענין התורה אליין, על דרך ווי דאס איז אין גן עדן, וואס דאס זיינען דאך נשמות בפני עצמם, בשעת ס'ווערט א לא אדמות א נשמה מיט א גוף אט דעמאלט מוז מען האבן דער ענין פון מצוות, ויש בזה מה שאין בזה, ויש בזה מה שאין בזה, און וואס כללות המצוות איז דאך אויך כולל לפנים מישורות הדין, און אויך כולל דעם ענין פון בכל דרכיך דעהו און אויך כולל דער ענין פון כל מעשיך לשם שמים, וואס במובן הרחב ווערט דאס אלץ נכלל אין דעם ענין של מצוות.
¶13און דערנאך איז דא דער ענין וואס מ'גיט מלמעלה למטה, וואס דאס איז דער ענין התורה. וואס דערפאר איז דאך אויך אין פארבונד מיט חמשה עשר באב, איז דאך גלייך דא ווי די גמרא זאגט אין דעם סיום און דעם חותם און דעם אפשלוס פון כל עניני תעניות, כולל אויך די הלכות פון תשעה באב בפשטות, וואס וועגן זיי רעדט זיך דאס אין דעם סיום פון מסכתא תענית, על אחת כמה וכמה אז דאס איז כולל אין זיך דער סיום פון תשעה באב אין אן אופן פון אשלמותא, און שלימות בתכלית שאין אחרי'גלות פון דעם סיהרא באשלמותא, איז ניטא קיין הפסק און מ'טאנצט גלייך אריין און מיט א יום-טוב וואס ס'איז גאר ניטא דוגמתים, יום-טוב פון א שמחה שאין דוגמתו, בפרט אז ער קומט לאחרי הירידה פון תשעה באב שלפני זה, כמבואר בארוכה, וואס דאס איז דאך דער טעם פארוואס להי'ימים טובים לישראל אפילו ניט חמשה עשר בניסן ובתשרי, וואס איז אויך קיימא סיהרא באשלמותא, דערפאר וואס דוקא איז סיהרא באשלמותא פון אב קומט לאחרי הירידה הכי גדולה, איז דערפאר האט דאס דעם יום טוב הכי גדול. און דערפון קומט אויך גלייך אראפ, כמדובר לעיל, וואס די גמרא ווייזט גלייך אן בהנוגע למעשה בפועל, וואס איז פארבונדן מיט חמשה עשר באב, אז דאס איז דער ענין אז מ'דארף מכאן ולהבא מוסיף זיין בכל עניני טוב, צוזאמען אויך אויף די הוספות וואס ס'איז געווען ביז חמשה עשר באב, וואס דאס איז דאך אן ענין תמידי, הוספה בקודש און עלי'בקודש איז דאך א ציווי תמידי, צוזאמען מיט א נתינת-כח תמידית, אז מ'דארף האלטן אין איין עלי'והליכה
¶14מחיל אל חיל, און דערנאך איז נאך דא אחת בשנה, בדוגמא פון יום הכיפורים, דער אחת בשנה פון חמשה עשר באב, וואס אט דעמאלט ווערט א הוספה יוצאות מן הכלל, אז דעמאלט דארף זיין דער ענין פון א הוספה שלא בערך, אופן הוספה שבכל ימות השנה. און דאס ווערט אונז דאס פועל'ט אזוי אין די אלע הוספות במשך כל ימות השנה וואס וואלט געווען בלאו הכי, איז דורך דערויף וואס ביי אים איז צוגעקומען א הוספה שלא בערך בחמשה עשר באב, קומט ביי אים אויך צו אין די אלע הוספות וואס וואלט געווען בלאו הכי במשך ימות השנה, קומט אויך צו א שלא בערך מצד די הוספה פון חמשה עשר באב, פון שנת תסמך ותסמך און הקהל פון אלף הששי, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך דער והחי היתנו לבו אין די החלטות טובות פארבונדן מיט חמשה עשר באב, און וויבאלד אז די הוספה דארף דאך אויך זיין א הוספה אין זריזות, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'דארף זיין די החלטה בזה אויך אין אן אופן פון זריזות, ניט אפלייגן דאס אויף דעם לעצטן רגע פון דעם טאג פון דעם מעת-לעת פון חמשה עשר באב, ובפרט נאך אז דאס איז נאך ביום הששי, איז דאך דעמאלט בכלל א טאג וואס מטרוק בכמה וכמה ענינים-איז דאך פארשטאנדיק, אז אן ענין הכי חשוב דארף מען אים אפטאן בזריזות הכי גדולה-וויבאלד אז מ'ווייס אז דאס איז א טאג, וואס על פי הלכה און על פי מנהג ישראל האט מען דעמאלט אויף זיך כמה ענינים נוספים, וואס זיי זיינען אויך פארבונדן מיט תירדות, כמובן פון דער הלכה וואס א רת ביום הששי, איז וויבאלד אז ער איז א טרון על פי הלכה איז אט דעמאלט איז ער ניט אויף אזויפיל הכרעי פאר זיינע הליכות וכו דוקא מצד דערויף וואס ער איז
¶15מקיים רצון הבורא איז ער א טרוט ביום הששי. וואס דאס איז אויך די הדגשה בקביעות פון שנה זו דוקא, וואס חמשה עשר באב איז ביום הששי בשבוע, איז דאס נאכאמאל איז דאס מדגיש דער ענין הטרדה והזריזות בזה וכו'וכו און דערנאך פועל'ט דאס אויך אין די שנים וואס דעמאלט איז די קביעות פון חמשה עשרה באב ניט ביום הששי, כמדובר כמה פעמים, אז בכמה וכמה ענינים שבתורה וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א קביעות בשנה מסויימת, כטוב די קביעות, וויבאלד אז דאס איז אן ענין של תורה, א פעולה, אז זי ווערט נמשך אויך אין די שנים וואס דעמאלט איז די קביעות באופן אחר. וואס דאס איז ניט אחר, חס ושלום, פון אן אנדער שטח וכו,' נאר דאס איז אחר אין דעם שטח עצמו און אין דעם סוג עצמו און אין דעם גדר עצמו איז דאס אחר שלא בערך בנוגע צו אט דעם ענין וועגן וועלכן ס'רעדט זיך.
¶16וואס דאס איז אויך, כאמור, די קביעות פון שנה זו ביום הששי, און קביעות פון שנה זו פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד דער ענין פון עד, אתם עדי וואס אידן זאגן דאך עדות אויפן אויבערשטן דורך עצם מציאות זייערע אליין, וואס זיי געפינען זיך בעולם-אט דאס אליין איז שוין אתם עדי, על אחת כמה וכמה אז דערנאך טוט ער אויך ענינים אין עולם העשי, במילא טוט ער אויך אין ענינים של מעשה, ווערט דאס דעמאלט אן עדות אפילו בפני עמי הארץ, ווארום וויבאלד אז דאס איז אן ענין של מעשה נעמט דאס דורך דעם גאנצן עולם העשי וכל הענינים אשר בו. וואס דאס איז אויך, כמדובר, בנוגע צו והחי יתנו לבו, בנוגע למעשה בפועל, פועל, אן ענין פון א הוספה כדרוש וכמתאים בהנוגע צו במשפט אין קביעות עיתים אין תורה, און בהנוגע צו ענין המצוות, וואס כללותם ווערט דאך נכלל אין דעם ענין הצדקה, ובפרט נאך אז די קביעות פארבונדן מיט יום הששי האט דאך א שייכות מיוחדה לכל אלף הששי וואס ווי דער רמב."ן זאגט, איז דאך דאס בדוגמא פון ששת ימי השבוע, במילא איז אלף הששי בדוגמא פון יום הששי, על אחת כמה וכמה אין יום הששי עצמו, לאחרי חצות היום, און בקרוב דאך צום סיום היום, בפרט נאך אז ס'איז דאך דא זיכער דער תוספת שבת, וואס דער תוספת שבת איז דאך נאך אין דעם זמן פון יום הששי, איז שוין דעמאלט הויבט זיך אן דער גאנצער שטורעם פון שבת. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'שטייט אין די איצטערדיקע יארן, און על אחת כמה וכמה אין די יארן, אין סוף שנת תשמח ותשמח והקהל, וואס מ'האלט שוין אין דעם חודש מנחה מפשן בו, און אין מנחה מפשן בו שוין לאחרי חצי החודש,
¶17ווארום מ'האלט שוין בסיום פון חמשה עשר באב, איז דאך פארשטאנדיק דער יתר שאת וביתר עוז בנוגע לכל החלטות אלו. און אין די אלע החלטות, כאמור, אויף ניט אפלייגן דאס אפילו ניט אין דעם טאג, אין דעם מעת-לעת פון חמשה עשר באב עצמו, וואס בנוגע לכמה ענינים האט ער נאך א המשך עד חצות לילה וכו כמדובר כמה פעמים, און דער עיקר איז, אז אין די אלע ענינים קומט דאס אראפ אין זמן ומקום, אפילו בהנוגע צו די החלטות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט יום המחרת אדער שלאחרי זה פון יום הששי וכיוצא בזה האלט ער אבער אויך שאין ההתחלה אויך אין יענע ענינים מאכט ער אויך נאך אין ביום הששי. וואס ביום הששי איז דאס טאקע בתחילת היום מ'האלט דאך נאך קודם חסות לילה, אבער אין דעם קודם חסות לילה איז דאך שוין אויך דורכגעגאנגען כמה וכמה רגעים און כמה וכמה דקות'ן וכמה וכמה שעות פון התחלת היום, וואס גלייך בא דער ערשטער רגע איז דאך שוין דא אין דערויף דער ענין השעה, וכמובא בספרים, אז ס'איז דא אמאל אז ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס א שעה זמנית, און דערנאך איז דא אמאל וואס ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס א שעה סדורה, וואס זי באשטייט פון זעכציק מינוטן, און דערנאך איז דא אז ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס איין רגע, איין קער, אויך אנגערופן שעה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט עבודת האדם יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, וואס דא איז דאך דער טייטש פון שעה אחת אן איין און איינציקער קער ברגע כמימרא. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין ברגע כמימרא זאל דער אויבערשטער מקיים-זיין זיין קער, אל כל עמי ישראל בכל מקום שהם, מיט פנים
¶18מאירות און פנים צהובות און פנים זהירות און פנים מייפות, מיט אלע ענינים ותיאורים שבזה, ביז אז דאס ווירקט אויך נאכמערער הוספה בנוגע להידים, א הוספה אין ידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, וויף וואנענט אז דאס איז פארבונדן אויך מיט דעם עילוי און עלי'הכי גדולה בפנים, וואס זיי ווירקן דאך ווי ס'זאל דערנאך זיין דער ענין ופעולת הידים, ובמיוחד, אז מ'פארבינדט זיך דאס אויך כרגיל בדיבור כגן זה, אז מ'איז מסיים מ'וועט מאכן יעדערן פאר א שליח לצדקה, א שליח מצוה במצות הצדקה, וואס בן שביה בצדקה און דאס קומט לאחרי ווי מ'חזר'ט כמה ענינים פון משפט וואס משפט זה תורה והלכה שבתורה, פון פנימיות התורה און פון נגלה דתורה, ביז ורזין דרזין דאורייתא שטייען אין אן אופן פון התפרנסון מיניו, סיי אין פנימיות התורה און אויך אין נגלה דתורה, ואדרבא, בעיקר גאר, נפלאות שבתורה, ביז אין פירוש רש'על התורה פאר א בן חמש למקרא, כמדובר כמה פעמים. על דרך זה אויך בהנוגע לכל אחד ואחת האנשים והנשים והטף הנמצאים פה ועל ידן זאל דער אויבערשטער מצליח זיין און ס'זאלן אנקומען די דברי רבותינו זאל אין תורה שבעל פה און די דברים שבתורה שבכתב וועלכע מ'האט גע'חזר'ט לכל אחד ואחת בכל העולם כולו, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן דורך דערויף, אז צו זיי אלעמען וועט דערגיין דער זעלבער ענין אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה איז דאס היילט דאס נאכמערער צו, אז זיי אלע זאלן אויך בגשמיות, בנשמות בגופים, שטייען בגשמיות באותו מקום ובאותו זמן,
¶19שמן ובבת אחת, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, בארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, ותיכף ומיד ממש, ולא עיקבם אפילו כהרף עין.