פסקה
פסקה rh-zmsgy5cz
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3yph1r1c
- order
- Z
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובמיוחד נאך, אז ווי מ'איז דאך רגיל אין א צוזאמענקומפש כגן אלו אין א בית-הכנסת ובית-המדרש פון נשיא דורינו, אויף מסיים-זיין מיט מאכן פון יעדערן פון אייך און פון די קרובים וואס געפינען זיך דא א שליח מצוה אויף צדקה, און אויך איז דאך דאס פארבונדן מיט מנהג ישראל, אז א בר-מצוה אדער בת-מצוה אין דעם טאג ווען ס'ווערט ילידי תיחו גיבן זיי א הוספה אויף דער צדקה הרגילה שלהם, און אויב דאס קומט אויס בשבת ויום טוב טוט מען דאס אדער ערב שבת ויום טוב אדער מוצאי שבת ויום טוב אדער ביידע מאל, און אזוי אויך די עלטערן זייערע. און יהי רצון, אז ס'לייגן זיך צוזאמען אט די אלע ענינים צוזאמען, וואס דאס קומט דורך דערויף וואס ס'קומען זיך צוזאמען עטלעכע אידן און מערערע אידן, און קומען זיך צוזאמען אין אן ארט וואס ווערט אנגערופן בית הכנסת ער קלייבט צוזאמען אידן, און בית המדרש דארטן לערנען די זעלבע מדרשים, די זעלבע תורה, תורה אחת, וואס זי איז געגעבן געווארן פון הוי'אחד, און געגעבן געווארן צו גוי אחד בארץ אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט קיום המצוות און נחלטות, און לימוד התורה און נחלטות טובות בכל אלו ובתוספות, וכאמור במיוחד נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט דעם ענין פון צדקה גשמית, און אויך מיט צדקה רוחנית, אין ואהבת לרעך כמוך אז מ'טוט דאס און מ'גיט איבער וועגן דעם אלע זאכן אט די חברים אהרה אדער חבר'טעס אהרה וואס מאיזו סיבה שתהי'ווייסן זיי נאך ניט דעם גאנצן פארנעם פון די ענינים, אדער זיי ווייסן גאר ווייניק אין דעם, אדער מ'דארף זיי גאר דערציילן דאס פון דאסניי טוט מען דאס מתוך שמחה וטוב לבב ובסבר פנים יפות, און מ'זעט און מ'טוט דאס מדברים היוצאים מן הלב, זעט מען, אז דאס
- proofread
- 0